אָנלײַן־קורסן אויף ייִדיש: פּאָלעמיקעס וועגן דיאַלעקטן און באַשעוויסעס ווערק אויף ייִדיש און ענגליש Online courses in Yiddish: Debates on Yiddish dialects and I. B. Singer’s works in Yiddish and English
די קלאַסן, אײַנגעאָרדנט דורכן ”פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק“ ווערן געלערנט דורך לייזער בורקאָ און וואַליע פֿעדטשענקאָ.
כאָטש די טירן פֿונעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק“ זענען ווידער פֿאַרשלאָסן צוליבן קאָראָנאַ־ווירוס, גייט די אָרגאַניזאַציע אָן ווײַטער מיט אירע טעטיקייטן אָנלײַן.
די קומענדיקע וואָך וועט זיך אָנהייבן אַ נײַע סעריע סעמינאַרן אויף ייִדיש. אין די קלאַסן, וואָס וועלן זיך טרעפֿן פֿיר מאָל אויף אַנדערהאַלבן שעה, וועט מען אַרומרעדן די ייִדישע דיאַלעקטאָלאָגיע און די אונטערשיידן צווישן יצחק באַשעוויסעס ראָמאַנען אויף ייִדיש מיט זייערע ענגלישע איבערזעצונגען.
אינעם קורס „הייסע וויכּוחים אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש“ וועט לייזער בורקאָ לערנען וועגן די פּאָלעמיקעס וואָס אַזעלכע שרײַבער, לינגוויסטן און פֿילאָלאָגן ווי שלום־עליכם, יעקבֿ גלאַטשטיין, יצחק באַשעוויס און מאַקס ווײַנרײַך האָבן געשריבן וועגן אַרויסרעד, גראַמאַטישן מין, דעם שאַפֿן נעאָלאָגיזמען און דעם אויסלייג פֿון לשון־קודשדיקע ווערטער. בורקאָ, וואָס האָט געשריבן זײַן דאָקטאָראַט־טעזיס אויף דער טעמע, פֿירט אָן מיטן „ייִדישן דיאַלעקטישן ווערטערבוך־פּראָיעקט“.
אינעם קורס „רעדן מיט יעדן לייענער אויף זײַן שפּראַך: באַשעוועסיס ראָמאַנען אין ייִדיש און אין ענגליש“ וועט וואַליע פֿעדטשענקאָ באַקענען דעם עולם מיט די אָריגינעלע ייִדישע נוסחאָות פֿון באַשעוויסעס ראָמאַנען פֿון די 1960ער און 1970ער יאָרן, וואָס זענען בלויז געדרוקט געוואָרן צווישן טאָוולען אויף ענגליש. די ראָמאַנען, וואָס זענען דערשינען אין המשכים אינעם פֿאָרווערטס, האָט מען ניט סתּם איבערגעזעצט אויף ענגליש, נאָר באמת איבערגעשריבן. פֿעדטשענקאָ וועט ווײַזן ווי באַשעוויס און זײַנע רעדאַקטאָרן האָבן אָפּגעמעקט גאַנצע סצענעס און אַפֿילו פּערסאָנאַזשן בײַם באַאַרבעטן די ביכער און דערקלערן וואָס דאָס קען אונדז לערנען וועגן באַשעוויסעס באַציִונג מיט זײַנע לייענער אויף ייִדיש און ענגליש.
דער סעמינאַר וועגן ייִדישע דיאַלעקטן וועט פֿאָרקומען יעדן מאָנטיק, פֿונעם 30סטן נאָוועמבער ביזן 21סטן דעצעמבער, פֿון 7:00 ביז 8:30 אין אָוונט פּאַריזער צײַט (1:00 ביז 2:30 נאָכמיטאָג ניו־יאָרקער צײַט).
דער סעמינאַר וועגן באַשעוויסן וועט פֿאָרקומען יעדן שבת, פֿונעם 28סטן נאָוועמבער ביזן 19טן דעצעמבער, פֿון 7:00 ביז 8:30 אין אָוונט פּאַריזער צײַט (1:00 ביז 2:30 נאָכמיטאָג ניו־יאָרקער צײַט).
נאָך אינפֿאָרמאַציע, און כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO