Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די „ייִדן־פֿראַגע‟ אין דער רוסישער רעװאָלוציעThe “Jewish Question” in the Russian Revolution

נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע זײַנען די קעמפֿער קעגן אַנטיסעמיטיזם ניט געווען די באָלשעװיסטן, נאָר דער פּועלי־ציון און בונד.

אינעם מאַרץ פֿון 1917 האָט די רוסישע רעװאָלוציע אָפּגעשאַפֿן אַלע צאַרישע געזעצן, װאָס האָבן דיסקרימינירט קעגן ייִדן: דעם תּחום־המושבֿ, די פּראָצענט־נאָרמע אין שולן און אוניװערסיטעטן וכּדומה.

די באָלשעװיסטישע רעװאָלוציע אין אָקטאָבער האָט געעפֿנט פֿאַר ייִדן דעם װעג צו דעם סאַמע שפּיץ פֿון דער מאַכט. צװישן די ערשטע אָנפֿירער פֿון דער סאָװעטישער מלוכה זײַנען געװען אַ היפּשע צאָל ייִדן, אַזעלכע װי לעװ טראָצקי, יעקבֿ סװערדלאָװ, גריגאָרי זינאָװיעװ און אַנדערע. לרובֿ האָבן די דאָזיקע ייִדן ניט געהאַט קײן אינטערעס אין ייִדישע ענינים, אָבער בײַ די שׂונאים פֿון דער סאָװעטישער מאַכט האָבן זײ פֿערקערפּערט די „זשידאָ־קאָמונע‟, דעם אַליאַנס צװישן ייִדן און קאָמוניזם. עס איז ניט קײן חידוש, אַז אַנטיסעמיטיזם איז געװאָרן אַ װיכטיקער אידעאָלאָגישער כּלי אינעם קאַמף קעגן דעם באָלשעװיסטישן רעזשים. טױנטער פּשוטע ייִדן האָבן באַצאָלט פֿאַר דעם מיטן לעבן און זייער האָב־און־גוטס.

דאָס רובֿ פּאָגראָמען בעת דעם בירגערקריג אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע זײַנען געװען די אַרבעט פֿון די „װײַסע‟ קעגנער פֿון דער באָלשעװיסטישער מאַכט, די אוקראַיִנער נאַציאָנאַליסטן, און כּלערלײ באַנדעס. אָבער בערך אַכט פּראָצענט פֿון די פּאָגראָמען אין אוקראַיִנע זײַנען טאַקע דורכגעפֿירט געװאָרן דורך דער רױטער אַרמײ. אָבער די קאָמאַנדירן פֿון דער רױטער אַרמײ האָבן אָפֿטמאָל שטרענג באַשטראָפֿט די פּאָגראָמשטשיקעס, און אַפֿילו צעשאָסן אײניקע פֿון זײ, בעת זײערע קעגנער זײַנען געװען מער טאָלעראַנט צו די רוצחים. דערבײַ האָט די סאָװעטישע פּראָפּאַגאַנדע כּסדר פֿאַרשװיגן די פּאָגראָמען פֿון דער אײגענער אַרמײ און פֿאָרגעשטעלט די סאָװעטישע מאַכט װי די אײנציקע שוץ פֿאַר ייִדן. איז דערפֿאַר ניט קײן חידוש אַז דאָס רובֿ ייִדן האָבן באַטראַכט די סאָװעטן װי זײערע פֿאַרטײדיקער קעגן די פּאָגראָמען, כאָטש װײַט ניט אַלע ייִדן האָבן ליב געהאַט די סאָװעטישע מאַכט.

די פּראָבלעם פֿונעם „רױטן אַטניסעמיטיזם‟ אין די ערשטע יאָרן נאָך דער רעװאָלוציע ווערט באַשריבן אינעם בוך „אַנטיסעמיטיזם און די רוסישע רעװאָלוציע‟ פֿונעם יונגן בריטישן היסטאָריקער, ברענדאַן מאַקגיװער. ער האָט אַנטדעקט אַ היפּשע צאָל נײַע אַרכיװאַלע דאָקומענטן, װאָס דערצײלן די קאָמפּליצירטע געשיכטע פֿון די אינעװײניקע סיכסוכים אַרום דער „ייִדישער פֿראַגע‟ אין דער סאָװעטישער רעגירונג צװישן 1917 און 1922. מאַקגיװער דערװײַזט, אַז די סאַמע געטרײַע קעמפֿער קעגן דעם אַנטיסעמיטיזם אין דער רױטער אַרמײ זײַנען ניט געװען די באָלשעװיסטישע אָנפֿירער, נאָר זײערע מיטלױפֿער, לינקע פּועלי־ציוניסטן און בונדיסטן, װאָס האָבן זיך אָנגעשלאָסן צו דער סאָװעטישער מאַכט.

נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע האָבן דער פּועלי־ציון און בונד זיך צעשפּאָלטן אין אַ רעכטן און לינקן פֿליגל. די רעכטע האָבן זיך אָפּגעזאָגט מיטצואַרבעטן מיטן דעם באָלשעװיסטישן רעזשים, בעת די לינקע זײַנען געװען גרײט צו העלפֿן דער נײַער מאַכט בױען סאָציאַליזם. דעמאָלט איז דער באָלשעװיסיטישער רעזשים נאָך געװען שװאַך און האָט זיך גענײטיקט אין דער שטיצע מצד אַנדערע סאָציאַליסטישע פּאַרטײען. די לינקע פּועלי־ציוניסטן, װי צבֿי פֿרידלאַנד, און בונדיסטן, װי משה ראַפֿעס, זײַנען געװאָרן װיכטיקע פֿיגורן אין די סאָװעטישע אָרגאַנען, װאָס האָבן זיך ספּעציעל אָפּגעגעבן מיט ייִדן: דעם פֿאָלקס־קאָמיסאַריאַט פֿאַר ייִדישע ענינים און דער ייִדישער סעקציע בײַ דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. אַ חשובֿע ראָלע האָט דאָרט געשפּילט אױך דוד גאָלדפֿאַרב, װאָס האָט פֿאַר 1917 געוווינט אין ניו־יאָרק און רעגולער געשריבן פֿאַרן פֿאָרװערטס.

ביז לעצטנס האָבן די היסטאָריקער אין אַמעריקע און ישׂראל באַטראַכט די דאָזיקע אַנשטאַלטן בלױז װי פֿאָלגעוודיקע כּלים דורכצופֿירן די באָלשעװיסטישע פּאָליטיק אױף דער „ייִדישער גאַס‟. די „רעכטע‟ פּועלי־ציוניסטן און בונדיסטן האָבן געהאַט זײערע געװעזענע פּאַרטײ־חבֿרים װי פֿרידלאַנד, ראַפֿעס און גאָלדפֿאַרב פֿאַר אָפּאָרטוניסטישע פֿאַררעטער. אָבער מאַקגיװער דערװײַזט, אַז זײ האָבן געפֿירט אַן אייגענע אַקטיװע פּאָליטיק, כּדי צי צװינגען די באָלשעװיקעס צו באַקעמפֿן דעם אַנטיסעמיטיזם בײַ דער רױטער אַרמײ. דאָס הײסט אַװדאי ניט, אַז די באָלשעװיסטישע אָנפֿירער האָבן געשטיצט אַנטיסעמיטיזם. די דאָזיקע פּראָבלעם איז פּשוט ניט געװען פֿאַר זײ דרינגעװדיק װיכטיק. די מאַרקסיסטישע טעאָריע האָט אױסגעטײַטשט אַנטיסעמיטיזם װי אַן „איבערבלײַב‟ פֿון דער אָפּגעלעבטער בורזשואַזער געזעלשאַפֿט, װאָס װעט במילא פֿאַרשווינדן אין דער קאָמוניסטישער צוקונפֿט. אין צװישן האָט די סאָװעטישע רעגירונג געהאַט צו טאָן מיט אַנדערע „װיכטיקערע‟ פּראָבלעמען.

לכתּחילה איז די רױטע אַרמײ באַשטאַנען פֿון כּלערלײ שאָר־ירקות: געטרײַע קאָמוניסטן, זעלנער און אָפֿיצירן פֿון דער צאַרישער אַרמײ, און סתּם באַנדיטן. קײן מיליטערישע דיסציפּלין איז אינעם דאָזיקן המון־רבֿ ניט געװען. און צומאָל זײַנען גאַנצע אָפּטײלן אַפֿילו איבערגעגאַנגען צום שׂונא און האָבן זיך געקערט קעגן דער רױטער אַרמײ. דער בלוטיקסטער „רױטער‟ פּאָגראָם איז פֿאָרגעקומען אין דער שטאָט גלוכעװ אין צפֿון־אוקראַיִנע מאַרץ 1918. מאַקגיװער שרײַבט, אַז אין גלוכעװ האָט „די רױטע אַרמײ אױפֿגעשטעלט די סאָװעטישע מאַכט דורך דעם פּאָגראָם אױף ייִדן‟. װען די טרױעריקע בשׂורה װעגן דעם פּאָגראָם האָט דערגרײכט מאָסקװע מיט אַ פּאָר װאָכן שפּעטער, האָבן די אָנפֿירער פֿונעם ייִדישן פֿאָלקס־קאָמיססאַריאַט געפֿאָדערט, אַז מען זאָל באַשטראָפֿן די שולדיקע. מען האָט דאָס טאַקע געטאָן און אַפֿילו פֿאַנאַנדערגעלאָזט דעם גאַנצן פּאָלק, אָבער די סאָװעטישע רוסישע פּרעסע האָט װעגן דעם דאָזיקן פּאָגראָם ניט געשריבן. עד־היום קען מען לײענען, אַז שולדיק אינעם גלוכעװער פּאָגראָם זײַנען געװען ניט די רױטע, נאָר די אוקראַיִנער קאָזאַקן.

די בלוטיקסטע כװאַליע פֿון פּאָגראָמען האָט באַטראָפֿן די אוקראַיִנער ייִדן אין 1919. ספּעציעל רוצחיש זײַנען געװען די חיילות פֿונעם אַטאַמאַן גריגאָריעװ. לכתּחילה האָבן זײ זיך געשלאָגן פאַר די באָלשעװיקעס, כאָטש די רױטע אַרמײ האָט ניט געהאַט קײן קאָנטראָל איבער זײ. זײער לאָזונג איז געװען „פֿאַר די סאָװעטן — אָן זשידעס‟. אָבער אין עטלעכע חדשים האָט זיך גריגאָריעװ געקערט קעגן די רױטע. אין אױגוסט 1919 האָט די קאָמוניסטישע ייִדן־סעקציע אין מאָסקװע געשאַפֿן אַ „קאָמיטעט פֿאַרן קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם‟ ספּעציעל כּדי צו אַרבעטן צװישן די רױט־אַרמײער, אָבער אין עטלעכע װאָכן אַרום איז דער דאָזיקער קאָמיטעט פֿאַרמאַכט געװאָרן דורך דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ־פֿירערשאַפֿט. אַזױ אַרום, פֿאַרסך־הכּלט מאַקגיװער זײַן שטודיע, „איז יאָ געװען אַ סאָװעטישער אָפּרוף אױף אַנטיסעמיטיזם, אָבער ער איז ניט געקומען פֿון די באָלשעװיקעס‟, נאָר פֿון דער קלײנער גרופּע לינקע ייִדישע סאָציאַליסטן אין דעם ייִדישן פֿאָלקס־קאָמיסאַריאַט און דער ייִדן־סעקציע. דער שפּעטערער גורל פֿון די דאָזיקע מענטשן איז געװען אַ ביטערער. שפּעטער זײַנען זײ כּמעט אַלע דערמאָרדעט געװאָרן אין די סטאַליניסטישע „רײניקונגען‟ במשך פֿון די 1930ער יאָרן.

מאַקגיװער האַלט די געשיכטע פֿונעם קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם אין סאָװעטן־רוסלאַנד פֿאַר אַ מין דוגמה, װאָס ווײַזט, אַז דער קאַמף קעגן ראַסיזם איז ניט איבעריק חשובֿ פֿאַר לינקע ראַדיקאַלן. מען פּראָקלאַמירט אַנטי־ראַסיזם װי אַ פּרינציפּ, אָבער װען עס קומט צו באַקעמפֿן ראַסיזם צװישן דער אײגענער באַװעגונג, איז דאָס די אױפֿגאַבע פֿון די ראַסן־מינאָריטעטן גופֿא, ניט פֿון דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער באַװעגונג.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version