ייִדישע פֿאַנטאַסטיק אויף רוסישJewish sci-fi in Russian
דאָס בוך פֿאָלגט אַ כראָנאָלאָגישן סדר, פֿון תּנ”כישע צײַטן ביזן גאָר ווײַטן עתיד.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך באַקומען, ווי איינער פֿון די מחברים און רעדאַקטאָרן, מײַן עקזעמפּלאַר פֿונעם רוסישן בוך „ייִדישע פֿאַנטאַסטיק: אַלצדינג פֿאַרגייט‟. אינעם בוך זענען אַרײַן 19 פֿאַנטאַסטישע דערציילונגען.
אַנשטאָט אַ הקדמה, ווערט די זאַמלונג באַגלייט מיט אַ פֿאַנטאַסטיש־געשטימט ליד פֿונעם באַקאַנטן ברוקלינער רוסישן פּאָעט אַלכּסנדר גאַבריִעל. אין ברוקלין וווינט אויך דער איניציאַטאָר פֿונעם פּראָיעקט, דער שרײַבער־פֿאַנטאַסט מײַק געלפּרין. מיט דער אַרבעט איבער דער אויסגאַבע האָט אָנגעפֿירט די מאָסקווער רעדאַקטאָרין אָלגאַ ליובימאָוואַ. איך האָב קאָנסולטירט די מחברים אין ייִדישע ענינים, ווי אויך געהאָלפֿן צו רעדאַגירן דאָס בוך אין אַלגעמיין. אַ טייל באַטייליקטע שרײַבער זענען נישט קיין ייִדן און האָבן זיך מיט מיר כּסדר באַראַטן, ווען אין זייערע ווערק איז געגאַנגען אַ רייד פֿון ייִדיש און ייִדישקייט. אויסדרוקן אויף ייִדיש טרעפֿן זיך אינעם בוך נישט זעלטן; דערצו, איז מײַן אייגענע דערציילונג אין דער זאַמלונג אַ באַאַרבעטונג פֿון אַ ייִדיש־מעשׂה, פּובליקירט אין 2018 אויף באָריס סאַנדלערס וועבזײַט, „ייִדיש־בראַנזשע‟.
די זאַמלונג פֿאָלגט אַ כראָנאָלאָגישן סדר. אין די ערשטע דרײַ דערציילונגען קומט פֿאָר דער סיפּור־המעשׂה אין די תּנ”כישע צײַטן אָדער מיטל־עלטער; דערנאָך — אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעטלעך, אין דער פֿריִיִקער סאָוועטישער תּקופֿה, בעת דעם חורבן, דעם הײַנטיקן טאָג, אין דער נאָענטער און גאָר ווײַטער צוקונפֿט.
דעם אמת געזאָגט, געהערן נישט אַלע דערציילונגען, שטרענג גערעדט, צו דעם זשאַנער פֿון וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק אָדער „סײַענס פֿיקשן‟. למשל, מיכאַיִל געלפֿאַנד, אַ באַקאַנטער מאָסקווער פּראָפֿעסאָר פֿון ביאָלאָגיע, ווי אויך אַ פֿיזיקער און מאַטעמאַטיקער, דערציילט גענוג רעאַליסטיש, מיט אַ ראָמאַנטישן טאָן פֿון אייראָפּעיִשע ריטערישע ראָמאַנען, וועגן דוד המלכס סבֿיבֿה. דער איינציקער פֿאַנטאַסטישער עלעמענט אין זײַן געשיכטע באַשטייט אין דעם, וואָס אַ ייִד פֿון יענער תּקופֿה איז אַן אומשטערבלעכער און לעבט הײַנט מיט אַ ישׂראלדיקן פּאַספּאָרט.
מיכאַיִל סאָרין און אָלגאַ בולגאַקאָוואַ האָבן בשותּפֿות דערציילט וועגן אַ ליובאַוויטשער שליח אויפֿן רוסלענדישן אַרקטישן צפֿון, וואָס האָט חתונה מיט סנעגוראָטשקע — דאָס אייניקל פֿונעם „זיידע פֿראָסט‟, דעם סאָוועטיש־רוסישן סאַנטאַ־קלאַוס. כּדי זי זאָל קאָנען לעבן צוזאַמען מיט אַ בשׂר־ודם, מאַכט איר זיידע איינעם פֿון זײַנע ניסים און פֿאַרוואַנדלט זײַן אייניקל פֿון אַ לעבעדיקן שטיק אײַז אין אַ כּמו־מענטש. ווי באַלד איר הלכה־סטאַטוס איז אומקלאָר, באַשטימען די אַנדערע רבנים, אַז דאָס איז לאַוו־דווקא אַ געמישטע חתונה, און לאָזן דאָס אומגעוויינטלעכע פּאָרפֿאָלק צו רו. די דערציילונג איז טשיקאַווע און חנעוודיק, אָבער קלינגט גיכער ווי אַ וווּנדער־מעשׂה פֿאַר קינדער, איידער ווי „דערוואַקסענע‟ פֿאַנטאַסטיק. פֿאָרט, זענען אַזעלכע קינדער־מעשׂיות אויך אַ באַקאַנטער פֿאַנטאַסטישער זשאַנער.
באַזונדערס אינטערעסאַנט זענען צוויי דערציילונגען פֿון פּסח אַמנועל — אַ סאָוועטיש־ישׂראלדיקער אַסטראָפֿיזיקער, וועלכער האָט אָנגעשריבן צענדליקער פֿאַנסטאַסטישע ביכער, וווּ עס ווערן אָפֿט צונויפֿגעפֿלאָכטן אַזעלכע פֿאַרשיידנאַרטיקע טעמעס, ווי קאָסמאָס־נסיעות, קבלה און דעטעקטיווע אויספֿאָרשונגען. זײַן ערשטע דערציילונג אין דער נײַער זאַמלונג איז וועגן דער מיטל־עלטערלעכער תּקופֿה, און דער צווייטער — פֿאַרקערט — וועגן משיחן, וואָס קומט קיין ירושלים צוזאַמען מיט אַ ריזיקן „פֿליִענדיקן טעלער‟.
די מעשׂיות זענען פֿאַרשיידנאַרטיק און דערפֿרישנדיק. אַ קאָמפּיוטער מיט אַ קינסטלעכן אינטעלעקט פֿאַרליבט זיך אין שלום־עליכמס ווערק; אַן אַנדער קאָמפּיוטער מיט אַ ייִדישן נאָמען, וועלכער האָט אומגעבראַכט טעראָריסטן און „זיך גענומען דאָס לעבן‟ — דהײַנו, אויסגעמעקט זײַן אייגענעם זכּרון — ווערט נאָך זײַן טויט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ ישׂראלדיקן בירגער; קללות און לשון־הרע פֿאַרוואַנדלען זיך אין שדים; אַנדערע שדים, גאָר געפֿערלעכע, שטעלן אײַן אין סכּנה גאַנצע פּלאַנעטן מיט צוקונפֿטיקע ייִדישע קאָלאָניעס; די טעמע פֿון גילגולים ווערט פֿאַרבונדן מיט נסיעות דורך דער צײַט.
דאָס איז נישט די ערשטע פֿאַנטאַסטישע זאַמלונג אויף רוסיש מיט אַ ייִדישן טעם, אַחוץ גאַנצע ביכער פֿון אַזעלכע שרײַבער, ווי אַמנועל. אויף וויפֿל איך ווייס, איז עס אָבער די ערשטע אָריגינעלע רוסישע אַנטאָלאָגיע, וואָס לײַדט נישט פֿונעם סטערעאָטיפּישן איבערקײַען דעם חורבן אָדער כּמו־ייִדישע אָדעסער אַנעקדאָטן. פֿאַרשטייט זיך, האָב איך זיך באַמיט צו פֿאַרזיכערן, אַז ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן זאָלן נישט פֿאַרפּלאָנטערט ווערן.
עס וואָלט אָבער געווען נאָך בעסער צו שרײַבן פֿאַרטאַסטישע ווערק אויף ייִדיש — נישט בלויז איבערזעצונגען פֿון טאָקלין צי ראָולינג, הגם דאָס איז, בלי־שום־ספֿק, אויך זייער אַ חשובֿער און וויכטיקער צושטײַער אינעם הײַנטצײַטיקן ייִדישן ליטעראַטור־פּראָצעס, נאָר טאַקע אָריגינעלע פֿאַנטאַסטישע ראָמאַנען און דערציילונגען אויף ייִדיש גופֿא.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO