אַטעיִזם ווי אַ מין אמונהAtheism as a faith itself
הרבֿ אַבֿרהם חן האָט געגלייבט, אַז אַן אַטעיִסט קאָן זײַן אַ צדיק, ווײַל ער גלייבט באמונה־שלמה אין מענטשלעכע אידעאַלן.
המשך פֿונעם אַרטיקל, קען אַן אַטעיִסט גלייבן אין גאָט?
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך דערציילט אונדזערע לייענער וועגן אַן ענין, וואָס זעט אויס, אויפֿן ערשטן בליק, ווי אַ בפֿירושע סתּירה.
הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן (1877-1957), אַ פּראָמינענטער חב‟דניק, האָט געהאַלטן דעם רוסישן אַנטי־רעליגיעזן אַנאַרכיסט פּיאָטר קראָפּאָטקין פֿאַר אַ גרויסן צדיק און דעם באַרימטן אינדישן דענקער ראַבינדראַנאַט טאַגאָר פֿאַר אַ מעגלעכן ייִד ברוחניות, אַ פּאָטענציעלן גר, הגם יענער איז געווען פֿאָרמעל אַ הינדוס, און למעשׂה אַ מין אַגנאָסטיקער.
הרבֿ חן איז אויך געווען אַ באַקאַנטער כּלל־טוער און געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם פֿאַרטיידיקן מענדל בייליסן אין געריכט בעת דעם טרויעריק באַקאַנטן בלוט־בילבול. שפּעטער איז ער אָנגעקומען קיין ארץ־ישׂראל, וווּ ער האָט מקרבֿ געווען דעם נישט לאַנג צוריק פֿאַרשטאָרבענעם רבֿ עדין שטיינזאַלץ.
אַמאָל איז דאָס אָפּלייקענען גאָט געווען אַ קלאָרער סימן, אַז אַ ייִד וויל זיך אין גאַנצן אָפּרײַסן פֿון זײַן פֿאָלק, פֿון זײַן טראַדיציע, אַז אַנשטאָט דעם באַשעפֿער גלייבט ער בלויז אין הפֿקר־לעבן. סײַ קוק, סײַ חן האָבן אָבער געגלייבט, אַז דער הײַנטיקער אַטעיִזם איז אינגאַנצן אַנדערש. אַ פּרינציפּיעלער אַפּיקורס וואַרפֿט אָפּ גראָבע, פֿאַרגליווערטע פֿאָרעמס פֿון רעליגיע דווקא צוליב עטישע איבערצײַגונגען, ערנסטע סתּירות מיט דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט און סאָציאַלע פּראָבלעמען פֿון אָרגאַניזירטע מאַסן־רעליגיעס. ער וויל נישט גיין אויף הפֿקר; ער וויל באַפֿרײַען זיך און אַנדערע מענטשן פֿון דעם, וואָס זעט פֿאַר אים אויס דווקא אומעטיש און ווילד.
הרבֿ קוק האָט געשריבן, אַז די וועלט בכלל און ייִדישקייט בפֿרט נייטיקט זיך אין אַטעיִזם, ווײַל דער אַטעיִסטישער געדאַנקען־גאַנג העלפֿט אויסצורייניקן די אמונה פֿון פֿאַלשע עלעמענטן. ער פֿלעגט זאָגן, אַז אין אַזאַ מין גאָט, וואָס אַטעיִזם לייקנט אָפּ, איז טאַקע נישט כּדאַי צו גלייבן. לויט הרבֿ חן, קאָן אַן אַטעיִסט זײַן אַ צדיק, ווײַל ער גלייבט באמונה־שלמה אין מענטשלעכע אידעאַלן, אין גוטע אַבסאָלוטע פּרינציפּן, כאָטש צוליב סאָציאַלע און קולטורעלע סיבות וויל ער נישט פֿאַרגלײַכן זײַן אַבסאָלוט מיטן „אַלטן‟ גאָט פֿון די באָבע־זיידעס.
אויף שטיינזאַלצן האָט אַזאַ צוגאַנג שטאַרק געפּועלט. דער צוקונפֿטיקער רבֿ איז דערצויגן געוואָרן אין אַ פּרינציפּיעל אַטעיִסטישער סאָציאַליסטישער משפּחה און סבֿיבֿה. ווען דער יונגער שטיינזאַלץ האָט זיך באַקענט מיט הרבֿ חן, האָט יענער אים ביסלעכווײַז, מיט פֿרײַנדלעכע וואַרעמע ווערטער, אויפֿגעוויזן, אַז אַטעיִזם קאָן זײַן אַן ערלעכער טראָט צום אייבערשטן, אַ סימן פֿון ערנסטע גײַסטיקע זוכענישן. אַן אַפּיקורס שטעלט זיך אָבער אויפֿן האַלבן וועג און וויל זיך נישט באַקענען מיט מער ראַפֿינירטע אָפּטײַטשן פֿון רוחניות. במשך פֿון זײַן לעבן, האָט שטיינזאַלץ אָפֿט געפֿירט וויכּוחים מיט אַטעיִסטן. זײַענדיק אַליין אַ געוועזענער כּופֿר, האָט ער געוווּסט, אַז אַפּיקורסות קאָן אויך זײַן אַ מין פֿאַרקערטע אמונה, אַ פּראָטעסט־גלויבן אין אַ הויכן אידעאַל — אין אַ מער דערהויבענעם גאָט, ווי פֿאַרשיידענע גראָבע און פֿאַלשע מיספֿאַרשטייענישן פֿון רעליגיע.
ענלעכע זאַכן שרײַבֿט ידידה כּהן — אַ באַקאַנטע קבלה־לערערין אין צפֿת, אַ נאָכפֿאָלגערין פֿונעם גרויסן מקובל יהודה־לייב אַשלג, וועלכער האָט געלעבט אין דער זעלבער תּקופֿה, ווי הרבֿ קוק און הרבֿ חן, און זיך באַצויגן אויך צו קיבוצניקעס און אַנדערע אידעאַליסטישע וועלטלעכע מענטשן מיט סימפּאַטיע. זײַענדיק אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע צי אַ מאָדערן־חרדישע פֿרוי, איז כּהן אָפֿן צו דער סעקולערער וועלט, אָבער טיף פֿאַרטאָן אין קבלה־ענינים. זי שרײַבט, אַז אויב אַ מענטש וואָס וויל לערנען קבלה פֿילט זיך אומבאַקוועם ווען מע דערמאָנט גאָט, מעג ער טראַכטן, למשל, פֿונעם „ליבשאַפֿט־כּוח‟ אָדער „קוואַל פֿון אַלץ‟. אין איר ענגליש בוך A Tapestry for the Soul („אַ טעפּעך פֿאַר דער נשמה‟) באַנוצט זי זיך אַליין כּסדר מיטן אויסדרוק The One אַנשטאָט God. שטאַמען שטאַמט אַזאַ אויסדרוק, זעט אויס, פֿון נעאָ־פּלאַטאָנישער פֿילאָסאָפֿיע.
בקיצור, מיר לעבן הײַנט אין אַ וועלט פֿון ווײַט־אַנטוויקלטע, קאָמפּליצירטע געדאַנקען. עס טרעפֿט אַמאָל, אַז אַ פֿרומער ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, אויב מע פֿרעגט אים וועגן גאָט, זאָגט אַרויס, נעבעך, געפֿערלעכע שטותים – נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן. און עס טרעפֿט אויך פֿאַרקערט, אַז די וועזן־אידעאַלן פֿון אַן אַטעיִסט שטימען מיט אַ פֿילאָסאָפֿישער צי מיסטישער „נעגאַטיווער טעאָלאָגיע‟ — דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן גלויבן, אַז דער רבונו־של־עולם איז מחוץ וועלכע־ניט־איז מענטשלעכע קאָנצעפּציעס.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO