אָנלײַן קאָנצערט אין אָנדענק פֿון דער שרײַבערין חוה ראָזענפֿאַרבOnline concert in memory of Yiddish writer Chava Rosenfarb
מיטשל סמאָלקין און אַנאַ קאַלמערינג וועלן אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט אָרגאַניזירט דורך דער פֿאָלקסבינע.
ווי אַ טייל פֿון דער סעריע „פֿאָלקסבינע־לײַוו“, אָרדנט אײַן די פֿאָלקסבינע אַ קאָנצערט געווידמעט דעם לעבן און שאַפֿן פֿון דער גרויסער ייִדישער שרײַבערין און פּאָעטעסע חוה ראָזענפֿאַרב.
אין דער פּראָגראַם, וואָס מע וועט מיטוואָך, דעם 18טן נאָוועמבער, טראַנסמיטירן דירעקט פֿון שוועדן, וועלן אויפֿטרעטן דער קאַנאַדער זינגער מיטשל סמאָלקין און די שוועדישע זינגערין אַנאַ קאַלמערינג מיט לידער פֿון חוה ראָזענפֿאַרב, וואָס מע האָט אין די לעצטע יאָרן צוגעשטעלט מוזיק צו זיי. עס וועלן באַגלייטן די זינגער אויפֿן אַקאָרדעאָן דזשערי אַבדאָ. בשעתן קאָנצערט וועט מען דערציילן פּרטים וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון דער גרויסער שרײַבערין.
די פּראָגראַם, וואָס מע וועט קענען זען דאָ בחינם, הייבט זיך אָן 1:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט.
חוה ראָזענפֿאַרב איז געבוירן געוואָרן אין לאָדזש אין 1923 און האָט נאָכן חורבן זיך באַזעצט אין מאָנטרעאָל. זי איז באַקאַנט איבערהויפּט פֿאַר איר טרילאָגיע חורבן־ראָמאַנען ”דער בוים פֿון לעבן“ אָבער האָט אויך אָנגעשריבן לידער, עסייען, און רײַזע־נאָטיצן.
מיטשל סמאָלקין איז אויפֿגעוואַקסן אין טאָראָנטע און וווינט הײַנט אין שטאָקהאָלם, וווּ ער אַרבעט ווי אַ פּסיכאָטעראַפּעווט פֿאַר ענגליש־רעדנדיקע פּאָרפֿעלקער וואָס האָבן פּראָבלעמען אינעם זיווג־לעבן. פֿון 2001 ביז 2006 איז ער געווען דער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿונעם טאָראָנטער פֿעסטיוואַל „אַשכּנז“. ער האָט אַרויסגעגעבן עטלעכע אַלבאָמען ייִדישע לידער און ספּעציאַליזירט זיך אין לידער פֿונעם ייִדישן טעאַטער.
אַנאַ קאַלמערינג איז אויפֿגעוואַקסן בײַ אַ רוסיש־ייִדישער משפּחה און וווינט הײַנט אין שטאָקהאָלם, וווּ זי פֿירט אָן מיט ראַדיאָ־פּראָגראַמען געווידמעט דער ייִדישער מוזיק. הײַנט איז זי די הויפּטזינגערין פֿון אַ קלעזמער־קאַפּעליע. זי האָט אַרויסגעלאָזט דרײַ אַלבאָמען לידער אויף ייִדיש און דזשודעזמע.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO