Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ניטאָ מער הרבֿ יעקבֿ־צבֿי זאַקס, געוועזענער ענגלישער הויפּט־רבֿ און ייִדישער דענקערRabbi Jonathan Sacks, former UK chief rabbi and respected Jewish thinker, has died

הרבֿ זאַקס איז געווען אַן אויסגעשפּראָכענער רעליגיעזער פּלוראַליסט.

דעם 7טן נאָוועמבער איז צו 72 יאָר ניפֿטר געוואָרן דער געוועזענער בריטישער הויפּט־רבֿ און וועלט־באַרימטער ייִדישער דענקער, הרבֿ יעקבֿ־צבֿי זאַקס, באַקאַנט ווי ראַבײַ דזשאָנאַטאַן זאַקס. זאַקס האָט שוין לאַנג געליטן פֿון אַ ראַק; דער דריטער אָנגריף פֿון דער קראַנקייט האָט אים אומגעבראַכט.

הרבֿ זאַקס איז געווען פּאָפּולער סײַ בײַ ייִדן, סײַ בײַם ברייט נישט־ייִדישן עולם, בפֿרט אין ענגלאַנד. דער געוועזענער בריטישער פּרעמיער־מיניסטער טאָני בלער איז געווען זײַנער אַ גוטער פֿרײַנד.
אין מײַנע נאָטיצן אויף פֿרומע טעמעס – למשל, אינעם אַרטיקל וועגן חב”ד מיט צוויי וואָכן צוריק — האָב איך אים אָפֿט דערמאָנט ווי אַ חשובֿן מוסטער פֿונעם הײַנטצײַטיקן ייִדישן געדאַנק. זאַקסן האָט זיך אײַנגעגעבן אײַנצוּוויקלען טיפֿע ייִדישקייט־ענינים אויף אַזאַ אופֿן, וואָס יעדער מענטש קאָן זיי גרינג פֿאַרשטיין.

הרבֿ דזשאָנאַטאַן זאַקס איז געבוירן געוואָרן אין לאָנדאָן; זײַן משפּחה שטאַמט פֿון ליטע. אין 1982 האָט ער פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָראַט אינעם לאָנדאָנער אוניווערסיטעט. דעמאָלט איז ער שוין געווען דער רבֿ פֿון דער גרויסער שיל אין גאָלדערס־גרין — אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע געגנט אין דער בריטישער קרוינשטאָט, וואָס דערמאָנט אינעם ברוקלינער ראַיאָן פֿלעטבוש. אין דער זעלבער צײַט, איז ער געווען נאָענט צו חסידות — חב”ד. אין 1991 איז ער געוואָרן דער הויפּט־רבֿ פֿונעם לאַנד.

בסך־הכּל, האָט הרבֿ זאַקס אָנגעשריבן און פֿאַרעפֿנטלעכט 25 ביכער, אַרײַנגערעכנט פּירושים אויפֿן סידור און יום־טובֿדיקע מחזורים. נישט איינמאָל זענען שוין אין דער ייִדישער געשיכטע געווען פֿאַלן, ווען אָריגינעלע, פֿרישע געדאַנקען האָבן אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿע קאָנטראָווערסיע. אין געוויסע קהילות האָט מען, למשל, פֿאַרברענט די ספֿרים פֿונעם רמב”ם; דאָס זעלבע איז געשען, לויט דער באַוווּסטער פֿאָלק־לעגענדע, מיט דער ערשטער אויסגאַבע פֿונעם ספֿר „תּולדות יעקבֿ יוסף‟, דעם ערשטן געדרוקטן חסידישן טראַקטאַט.

אינעם פֿאַל פֿונעם ניפֿטר־געוואָרענעם בריטישן הויפּט־רבֿ האָט אַ גרויס מחלוקת אַרויסגערופֿן זײַן בוך The Dignity of Difference („דאָס חשיבֿות פֿון פֿאַרשיידנקייט‟), פּובליקירט אין 2002. דאָרט באַטאָנט ער אַז דער אייבערשטער אַנטפּלעקט זיך אין דער וועלט דורך פֿאַרשיידענע רעליגיעס: „צו די קריסטן — דורך קריסטלעכקייט, צי די מוסולמענער — דורך איסלאַם‟. אַ ריי בריטישע רבנים האָבן זיך באַקלאָגט, אַז דער פּלוראַליסטישער גײַסט פֿונעם בוך קומט אין סתּירה מיטן טראַדיציאָנעלן צוגאַנג, לויט וועלכן בלויז ייִדישקייט איז די אמתע רעליגיע, און די אַנדערע וועלט־רעליגיעס זענען, צום בעסטן, פֿאַרקריפּלטע אָפּשפּיגלונגען פֿון ייִדישקייט. צוליב דעם מחלוקת, האָט הרבֿ זאַקס געמוזט אַרויסגעבן אַ צווייטע ווערסיע פֿון זײַן ווערק, וווּ ער שרײַבט, אַז ער האָט געמיינט די מיצוות פֿון בני־נח, נישט אַנדערע קאָנפֿעסיעס פֿאַר זיך. זײַן פּערזענלעכע מיינונג האָט ער אָבער נישט געביטן. אָפֿט פֿלעגט ער זיך באַטייליקן אין צווישן־רעליגיעזע דיאַלאָגן דווקא ווי אַ פּלוראַליסט.

בעצם, האָט זאַקס ממשיך געווען די פּלוראַליסטישע שיטה פֿון זײַן פֿאָרגייער, דעם פֿריִערדיקן בריטישן הויפּט־רבֿ ישׂראל (עמנואל) יאַקאָבאַוויטש, לויט וועלכער יעדעס פֿאָלק איז אויסדערוויילט אויסצופֿירן אַן אוניקאַלע מיסיע אויף דער וועלט. אין 2003 האָט דער באַקאַנטער ליבעראַל־אָרטאָדאָקסישער רבֿ מלך (מאַרק) שפּיראָ פֿאַרטיידיקט זאַקסן אויפֿן סמך פֿון אַ גאַנצער ריי קלאַסישע תּורה־קוואַלן. אין דער זעלבער צײַט, איז הרבֿ זאַקס געווען אַן אָנפּשרהדיקער קריטיקער פֿון נישט־אָרטאָדאָקסישע שטראָמען אין ייִדישקייט.

אַן אַנדער מחלוקת האָט אויפֿגעפֿלאַקערט, ווען דער הויפּט־רבֿ איז אַרויסגעטראָטן קעגן האָמאָסעקסועלע חתונות. פֿאָרט, האָט ער זיך באַצויגן צו די האָמאָסעקסואַלן מיט אַ בפֿירוש וואַרעמער סימפּאַטיע; דאָס האָט גורם געווען אַ צווייטע כוואַליע פֿון דער קאָנטראָווערסיע — מצד די חרדישע קרײַזן.

הרבֿ זאַקס האָט אויך געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין פּאָליטיק. אין 2018 האָט ער באַשולדיקט אין אַנטיסעמיטיזם דזשערעמי קאָרבין, דעם געוועזענעם פֿאָרזיצער פֿון דער בריטישער אַרבעטער־פּאַרטיי. דאָס האָט משפּיע געווען אויף קאָרבינס אַוועקגיין פֿון דער פּאָזיציע. דער נײַער פּאַרטיי־פֿאָרזיצער, קער סטאַרמער, האָט געבעטן מחילה פֿאַר קאָרבינס צווייפֿלהאַפֿטיקע אַרויסזאָגונגען.

דער געוועזענער הויפּט־רבֿ האָט איבערגעלאָזט זײַן פֿרוי, איליין, דרײַ קינדער און עטלעכע אייניקלעך. זײַן גײַסטיקע ירושה איז אויך טיף פֿאַרפֿלאַנצט געוואָרן, בפֿרט צווישן די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן און אַ טייל ליבעראַל־געשטימטע ליובאַוויטשער. ברוך דיין האמת!

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.