Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ זעלטענע שטעלע אין ייִדישלאַנדA rare full-time position in Yiddishland

דער לאָנדאָנער „אוניווערסיטעט־קאַלעדזש“ זוכט עמעצן, וואָס קען סײַ לערנען סטודענטן ייִדיש פֿולצײַטיק, סײַ אָנשרײַבן פֿאָרש־אַרטיקלען.

די אָפּטיילונג פֿאַר יודאַיִסטיק בײַם לאָנדאָנער „אוניווערסיטעט־קאַלעדזש“ זוכט אַ פֿולצײַטיקן ייִדיש־פּראָפֿעסאָר, וואָס וועט אָנהייבן אַרבעטן אין סעפּטעמבער 2021. (כאָטש דער פּאָסטן הייסט אויף ענגליש אַ lecturer, איז דער טערמין אין ענגלאַנד טײַטש מער־ווייניקער די זעלביקע שטעלע ווי אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר אין אַמעריקע). 

די אָפּטיילונג, וואָס איז די גרעסטע און עלטסטע פֿון יודאַיסטיק אין גרויס־בריטאַניע, זוכט אַ קאַנדידאַט וואָס זאָל קענען לערנען ביז־גראַדויִר און גראַדויִר־סטודענטן די ייִדישע שפּראַך; לערנען קלאַסן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור;  אַרויסגעבן אָריגינעלע פֿאָרש־אַרטיקלען, און דערליידיקן אַדמינסטראַטיווע עובֿדות. דער פּראָפֿעסאָר וועט אויך העלפֿן רעקרוטירן גראַדויִר־סטודענטן, שאַפֿן ניט־אַקאַדעמישע פּראָגראַמען פֿאַרן ברייטן עולם און אָנשרײַבן לערנפּלענער. דאָס שׂכירות פֿאַרן פּאָסטן איז £44,737 ביז £52,764 פֿונט.

דער קאַנדידאַט דאַרף שוין האָבן אַ דאָקטאָראַט, קענען פֿליסיק רעדן ייִדיש, האָבן פּראַקטיק ווי אַ שפּראַכלערער, און זײַן באַהאַוונט אין לערנען אָנלײַן. ער אָדער זי דאַרף שוין האָבן געהאַט פּובליקירט אַקאַדעמישע אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער שפּראַך, קולטור אָדער ליטעראַטור, און האָבן דערפֿאַרונג מיטן שאַפֿן געלט פֿאַר אַקאַדעמישע צוועקן. 

אַפּליקאַציעס וועט מען אָננעמען ביזן 30סטן נאָוועמבער 2020. דעם אַפּליקיר־בויגן קען מען געפֿינען דאָ

די פֿינאַליסטן פֿאַרן פּאָסטן וועלן פֿאַרבעטן ווערן אויף אַ פֿאַרהער, אין וועלכן זיי וועלן האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן זייער פֿאָרש־אַרבעט און ענטפֿערן אויף פֿראַגעס אויף ייִדיש און ענגליש. מע וועט מאַכן די פֿאַרהערן און פֿאָרמעלע אינטערוויוען אין יאַנואַר.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version