מע זוכט עסייען וועגן ייִדישע אַרטיקלען און שילדערונגען פֿון גוואַלד־טאַטן קעגן אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנערSeeking essays on Yiddish portrayals and articles about American racist violence
„אין געוועב“ אָרגאַניזירט אַ ספּעציעלן נומער אויף דער טעמע כּדי אָפּצומערקן 100 יאָר זינט דער שחיטה אין טולסאַ, אָקלאַהאָמע.
כּדי אָפּצומערקן 100 יאָר זינט דער טרויעריק־באַרימטער שחיטה פֿון אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער אין טולסאַ, אָקלאַהאָמע, אָרגאַניזירט „אין געוועב“ אַ ספּעציעלן נומער געווידמעט די ייִדיש־שפּראַכיקע מקורים וואָס באַשרײַבן גוואַלד־טאַטן קעגן אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער. מע זוכט פֿאָרש־אַרבעטן, עסייען און איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער פּרעסע און ליטעראַטור, וואָס שילדערן לינטשערײַען און מהומות. מע זוכט אויך מאַטעריאַלן, וואָס לערער און פּראָפֿעסאָרן קענען נוצן אין זייערע קלאַסן, כּדי צו לערנען וועגן דער טעמע.
דער טערמין אַרײַנצושיקן אַרטיקלען און איבערזעצונגען פֿאַר יענעם נומער איז דער 11טער יאַנואַר 2021.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.
סײַ אין אַמעריקע, סײַ אין אייראָפּע, האָבן ייִדישע זשורנאַליסטן, פּאָעטן און דראַמאַטורגן באַשריבן מיט אַנגסט און פּאַטאָס דעם אויפֿשטײַג פֿון גוואַלד־טאַטן קעגן אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער במשך פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן. אין אַמעריקע, למשל, האָט יוסף אָפּאַטאָשו אָנגעשריבן זײַן דערציילונג „לינטשערײַ“, וואָס איז אַרויס אין דער וואַרשעווער צײַטונג „הײַנט“ אין 1922. די טעמע איז אויך געווען אַ כּסדרדיקע אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע, דעם פֿאָרווערטס בתוכם.
אין פּוילן האָט מען אויפֿגעפֿירט פּיעסעס וועגן גוואַלד־טאַטן קעגן אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער. אַ פּיעסע מיטן נאָמען „מיסיסיפּי“, וואָס דער וואַרשעווער דראַמאַטורג לייב מלאך האָט אָנגעשריבן אין 1934, איז געווען באַזירט אויפֿן פּראָצעס פֿון די Scottsboro Boys (סקאָטסבאָרער ייִנגלעך) — נײַן אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער וועמען מע האָט פֿאַלש באַשולדיקט אין פֿאַרגוואַלדיקן צוויי ווײַסע פֿרויען און געמישפּט צום טויט. „מיסיסיפּי“ האָט מען פֿאָרגעשטעלט מער ווי 200 מאָל אין אַ ריי פּוילישע שטעט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO