ווידעאָ: ערבֿ די וואַלן: „אַמעריקע די פּרעכטיקע“ אויף ייִדישWATCH: On the eve of the elections: “America the Beautiful’’ in Yiddish
דער אומפֿאַרגעסלעכער צוויי־שפּראַכיקער נוסח פֿונעם ליד, געזונגען פֿונעם ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר.
מיט די אַלע ערנסטע שפּאַנונגען אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, איז גרינג די טעג צו זײַן ציניש. אַז איך גיב אָבער אַ קוק אויף די מיליאָנען מענטשן וואָס וואַרטן שעהען לאַנג כּדי אָנטייל צו נעמען אינעם דעמאָקראַטישן פּראָצעס, טראַכט איך אַז אפֿשר איז אַזאַ ציניזם, כאָטש דערווײַל, אַ ביסל איבערגעטריבן.
אין אָט דעם גײַסט איז לכּבֿוד די פּרעזידענטישע וואַלן כּדאַי צו הערן אַ שיין פּאַטריאָטיש ליד וואָס רעדט וועגן דער גוטסקייט פֿון אַמעריקע. איך רעד וועגן דעם ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָרס צוויי־שפּראַכיקן נוסח פֿון קאַטערין לי בייטסעס America the Beautiful אין בערל לאַפּינס ייִדישער איבערזעצונג. דעם ווידעאָ האָט מען געמאַכט בעת אַ קאָנצערט פֿון פּאַטריאָטישער אַמעריקאַנער מוזיק אויף ייִדיש אין יוני 2014. מאַרק צוקערמאַן האָט געשאַפֿן די אַראַנזשירונג. עס דיריגירט בנימין שעכטער.
אינטערעסאַנט, און כּמעט פֿאַרגעסן, איז וואָס דאָס ליד The Star Spangled Banner איז ניט אויסגעקליבן געוואָרן ווי דער אַמעריקאַנער נאַציאָנאַלער הימען ביזן יאָר 1931. פֿאַר דעם איז געווען אַ גרויסע דעבאַטע, וואָסער ליד זאָל ווערן אַמעריקעס הימען. די ליבעראַלן און לינקע האָבן בעסער ליב געהאַט „אַמעריקע די פּרעכטיקע“, מיט זײַן באַשרײַבונג פֿון דער נאַטור און גאָטס חסד, איידער פֿראַנציס סקאָט קיס מלחמהדיקע באַשרײַבונג פֿון אַ שלאַכט. ס׳רובֿ דיריגענטן און כאָרמײַסטער האָבן אויך בעסער ליב געהאַט „אַמעריקע די פּרעכטיקע“, ווײַל די מוזיק איז גרינגער צו זינגען.
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז פּרעזידענט הערבערט הוּווער און זײַנע אַליִיִרטע אינעם קאָנגרעס בעסער געפֿעלן „דער שטרײַפֿיקער פֿאָן“. כאָטש געוויסע דעמאָקראַטישע פּאָליטיקער האָבן מיט צוויי יאָר שפּעטער געבעטן פּרעזידענט רוזעוועלט ער זאָל פּרובירן איבעררעדן דעם קאָנגרעס צו בײַטן דעם הימען אויף „אַמעריקע די פּרעכטיקע“, האָט רוזעוועלט בכלל ניט געוואָלט אַז דער ענין זאָל ווערן פּאָליטיש. בעת דער קענעדי־אַדמיניסטראַציע האָט מען ווידער פּרובירט צו אָנערקענען דאָס ליד, דאָס מאָל ווי אַ צווייטער נאַציאָנאַלער הימען. כאָטש פּרעזידענט קענעדי האָט געשטיצט די איניציאַטיוו, איז פֿון דעם גאָרניט ניט אַרויסגעקומען.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO