וואַלנאַכט: האַלט מיט מיט די לעצטע ידיעות אויף ייִדיש דורך טוויטערElection night: Get up-to-the-minute Twitter updates in Yiddish
דער פֿאָרווערטס וועט איבערגעבן און אַנאַליזירן די רעזולטאַטן ווי נאָר מע הייבט אָן ציילן די שטימען.
אַזוי ווי מיט פֿיר יאָר צוריק, וועט דער פֿאָרווערטס איבערגעבן און קאָמענטירן וועגן די פּרעזידענטישע וואַל־רעזולטאַטן אויף ייִדיש נאָך דעם ווי די וואַלבודקעס שליסן זיך דינסטיק, דעם 3טן נאָוועמבער.
במשך פֿונעם אָוונט וועט דער פֿאָרווערטס כּסדר מעלדן, דורך טוויטער, די לעצטע ידיעות בשעת מע ציילט די שטימען שטאַט נאָך שטאַט, און אַנאַליזירן די טענדענצן וואָס אַנטפּלעקן זיך.
פֿאַר די לייענער וואָס וווינען מחוץ אַמעריקע, וועט מען אויך פֿון צײַט צו צײַט געבן צו פֿאַרשטיין אַ ביסל וועגן די כּללים פֿון דער אַמעריקאַנער עלעקטאָרן־קאָלעגיע — דער פּראָצעס ווי אַזוי מער ווי הונדערט מיליאָן שטימען ווערן פֿאַרוואַנדלט אין 538 מאַנדאַטן, וואָס באַשטימען ווער ס’געווינט אין די וואַלן.
די פֿאָרווערטס־טוויטער־קאָנטע וועט מען כּסדר דערהײַנטיקן, אָנהייבנדיק פֿון 7:00 אַ זייגער אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט ביז 3:00 אַ זייגער פֿאַרטאָג. טאָמער וועט מען ביז דעמאָלט נאָך אַלץ ניט וויסן ווער ס׳איז דער נײַער פּרעזידענט, וועט מען במשך פֿון די קומענדיקע טעג ווײַטער איבערגעבן די לעצטע ידיעות אויף טוויטער.
במשך פֿון דער נאַכט קענען די פֿאָרווערטס־לייענער אַליין אַרײַנשיקן פֿראַגעס און קאָמענטאַרן דורך טוויטער. כּדי נאָכצופֿאָלגן דעם פֿאָרווערטס אויף טוויטער, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO