אוניווערסאַליסטישע אָפּטײַטשן פֿון „תּניא‟Universalist interpretations of the Tanya
הגם דער וויכטיקסטער ספֿר פֿון חב”ד קאָן קלינגען, אויפֿן ערשטן בליק, סופּרעמאַטיסטיש, האָבן אים אַ צאָל רבנים אָפּגעטײַטשט אויף אַנדערע אופֿנים.
אין מײַן אַנומלטיקן אַרטיקל וועגן חב”ד האָב איך געטענהט, אַז צווישן די הײַנטיקע ליובאַוויטשער איז פֿאַרשפּרייט אַ שאַרפֿער מין סופּרעמאַטיזם, לויט וועלכן יעדער ייִד, אַפֿילו אַ וועלטלעכער און אין גאַנצן אַן אַסימילירטער, איז, כּבֿיכול, „ממש אַ טייל פֿונעם אייבערשטן אַליין‟, און אַ גוי טוט נישט קיין גוטס און האָט נישט קיין עכטע נשמה. די דאָזיקע ווערטער ווענדן זיך אָבער בלויז צו עכטע געצן־דינער.
הרבֿ יוסף־יצחק דזשייקאָבסאָן, אַן אַמעריקאַנער ליובאַוויטשער בעל־דרשן און דער זון פֿון גרשון דזשייקאָבסאָן ז”ל, דעם גרינדער און הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם „אַלגעמיינער זשורנאַל‟, באַטאָנט אין זײַנע אוידיאָ־לעקציעס, אַז די הײַנטיקע נישט־ייִדן, מיינענדיק קריסטן, היטן על־פּי־רובֿ די מיצוות פֿון בני־נח און זענען ממילא גוטע לײַט.
דער נישט לאַנג צוריק ניפֿטר־געוואָרענער רבֿ עדין שטיינזאַלץ, וועלכער איז געווען זייער נאָענט צו חב”ד, האָט געהאַלטן, אַז הגם בודיסטן, הינדוסן און אַנדערע מענטשן פֿירן דורך ריטואַלן, וואָס קאָנען אויסזען ווי אַן עבֿודה־זרה, זענען זיי אויך נישט קיין אמתע געצן־דינער. זיי גלייבן אין איין באַשעפֿער, כאָטש זיי שטעלן אים פֿאָר ווי אַן אַבסטראַקטן כּוח, וואָס אַנטפּלעקט זיך צו מענטשן אין פֿאַרשיידענע אַספּעקטן און פּנימער.
מע קאָן זאָגן, אַז אַפֿילו אַן אַטעיִסט גלייבט, אין אַ געוויסן זין, אין אַ זייער אַבסטראַקטן, אומפּערזענלעכן רבונו־של־עולם, הגם ער רופֿט אים אָן „כּוח־הטבֿע‟ (די נאַטור) צי „דיאַלעקטיק פֿונעם וועזן‟.
אין לעצטן סך־הכּל, לערנען מיר פֿונעם רמב”ם און אַנדערע קלאַסישע דענקער, אַז דער אייבערשטער איז העכער פֿון אַלע מענטשלעכע באַגריפֿן.
ענלעכע אוניווערסאַליסטישע דעות דריקט כּסדר אויס הרבֿ יונתן סאַקס, דער געוועזענער בריטישער הויפּט־רבֿ, וועלכער איז אויך נאָענט צו חב”ד.
בקיצור, זענען צווישן די ליובאַוויטשער פֿאַראַן גענוג רבנים, וואָס לייקענען אָפּ דעם שאָוויניסטישן אָפּטײַטש פֿון „ספֿר־התּניא‟. פֿון דעסט וועגן, בלײַבט צווישן די בני־נח און ייִדן, אויפֿן ערשטן בליק, אַ ריזיקער חילוק, לויט דער ליובאַוויטשער שיטה. אַ „כּשרער‟ בן־נח איז טאַקע אַ גוטער מענטש, וואָס טוט גוטס און פֿאַרדינט אַ חלק אין עולם־הבא, נאָר אַ ייִד מיט זײַן „נפֿש אלוקית‟, דער געטלעכער נשמה, איז אַ סך העכער און וויכטיקער אינעם אייבערשטנס אויגן. איז עס טאַקע קלאָר, אַז אַזוי האַלט דאָס חב”ד־חסידות? לאַוו־דווקא.
הרבֿ דובֿ־בער פּינסאָן, דער דירעקטאָר פֿונעם „עיון־צענטער‟, אַ קבלה־אָריענטירטע ליובאַוויטשער אָרגאַניזאַציע אין ברוקלין, דערקלערט אין זײַן בוך וועגן גילגולים, אויפֿן סמך פֿון קבלה־ספֿרים, אַז בעצם זענען אַלע מענטשן גלײַך; יעדער האָט אַ געטלעכע נשמה. זיכער האָט אַזוי געהאַלטן, למשל, דער גרויסער איטאַליענישער מקובל מנחם־עזריה מפֿאנו. דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן, פֿלעגט כּסדר באַטאָנען, אַז אַלע גרים האָבן לכתּחילה ייִדישע נשמות. ווי באַלד יעדער מענטש, אין פּרינציפּ, קאָן זיך מגייר זײַן, באַקומט זיך, אַז דער גײַסטיקער חילוק צווישן ייִדן און גויים, לויטן רבין אַליין, איז אַ רעלאַטיווער.
הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן, אַ באַקאַנטער חב”ד־דענקער פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, טײַטשט אָפּ די „תּניא‟ גאַנץ אַנדערש. ס׳שטייט דאָרטן געשריבן, אַז די געצן־דינער האָבן אין זיך נישט קיין גוטס און טוען אַלץ נאָר פֿאַר זיך; מיט אַנדערע ווערטער, זיי זענען געפֿערלעכע עגאָיִסטן. אָט דאָס, עגאָיִזם אין פֿאַרגלײַך מיט אַלטרויִזם, באַטראַכט הרבֿ חן ווי די קריטעריע פֿון מענטשלעכקייט און געטלעכקייט. אַ ייִד, וואָס פֿירט זיך אויף עגאָיִסטיש און אַכזריותדיק, איז נישט קיין ייִד אינעם עכטן זין; אַ גוי, וואָס פֿירט זיך אַלטרויִסטיש, מענטשלעך, רחמנותדיק, איז אַ „גר בכּוח‟, ברוחניות אַ ייִד. ענלעכע דעות האָט אויסגעדריקט הרבֿ שמואל אַלכּסדראָוו, אַן אַנדער וויכטיקער חב”ד־דענקער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. אַזאַ עטישער אָפּטײַטש פֿון „תּניא‟ לייגט זיך שטאַרק אויפֿן שׂכל. עס גייט אַ רייד לאַוו־דווקא וועגן ייִדן און גויים על־פּי הלכה, נאָר וועגן אַן עטישן, אַלטרויִסטישן, אידעאַליסטישן מענטש אין קאָנטראַסט מיט אַ פֿינצטערן מאַטעריאַליסטישן עגאָיִסט.
צום באַדויערן, הגם דעם ספֿר „במלכות היהדות‟ פֿון הרבֿ חן קאָן מען טרעפֿן אין די הײַנטיקע ליובאַוויטשער ישיבֿות, האַלטן ס׳רובֿ הײַנטיקע חב”דניקעס אַזעלכע דעות — אויב זיי האָבן בכלל געהערט פֿון זיי — פֿאַר מאַרגינאַלע. די סיבה דערפֿון קאָן זײַן אַ פּראַגמאַטישע: ס׳איז דאָך גרינגער מקרבֿ צו זײַן ייִדן, ווען מע זאָגט זיי, אַז סתּם צוליב זייער אָפּשטאַם זענען זיי אומגעהײַער העכער פֿון אַלעמען. וואָס פֿאַר אַ טיפּ בעל־תּשובֿות באַקומט זיך דורך אַזאַ קירובֿ־מעטאָד איז שוין אַן אַנדער פֿראַגע.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO