Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדישע וויסנשאַפֿטלער אַנטפּלעקן סודות וועגן שטערן־שלינגענדיקע שוואַרצע לעכערJewish scientists discover key details about star-devouring black holes

פֿאָרשער באַקומען אַ נאָבל־פּרעמיע פֿאַרן שטודירן איינעם פֿון די סאַמע משונהדיקע אָביעקטן אינעם אוניווערס.

דעם 6טן אָקטאָבער האָט דער נאָבל־קאָמיטעט אָנגערופֿן די געווינער פֿון פּרעמיעס אין פֿיזיק: ראָדזשער פּענראָוז, רײַנהאַרד גענזעל און אַנדרעאַ געז. פּענראָוז, אַ בריטישער פֿיזיקער און מאַטעמאַטיקער, האָט באַקומען אַ העלפֿט פֿון דער פּרעמיע פֿאַר זײַנע פֿאָרשונגען פֿון די שוואַרצע לעכער — קאָסמישע אָביעקטן, וואָס „פֿאַרשלינגען‟ אין זיך דאָס ליכט און מאַטעריע צוליב זייער ריזיקער גראַוויטאַציע. גענזעל (פֿון דײַטשלאַנד) און געז (פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן) האָבן בשותּפֿות באַקומען די צווייטע העלפֿט פֿונעם פּריז פֿאַרן דערווײַזן, אַז אינעם צענטער פֿון אונדזער גאַלאַקטיק געפֿינט זיך אַ מאַסיווע שוואַרצע לאָך.

פּענראָוז האָט אָנגעהויבן אַרבעטן איבער זײַנע טעאָריעס פֿון שוואַרצע לעכער אין די 1960ער יאָרן. דעמאָלט האָט מען זיי באַטראַכט בלויז ווי עקזאָטישע טעאָרעטישע אָביעקטן, וואָס קאָנען עקזיסטירן אינעם קאָסמאָס, אויב אײַנשטײַנס רעלאַטיוויטעט־טעאָריע איז ריכטיק. הײַנט ווייסן מיר שוין אַ סך קאָנקרעטע שוואַרצע לעכער. למשל, דעם 12טן אָקטאָבער, גלײַך נאָכן דערקלערן אַלע נאָבעל־לאַורעאַטן פֿונעם הײַנטיקן יאָר, האָבן אַ ריי וויסנשאַפֿטלער פּובליקירט אַ פֿאָרשונג וועגן אַ שוואַרצער לאָך, וועלכע האָט „אויפֿגעפֿרעסן‟ אַ שטערן מיט 215 מיליאָן יאָר צוריק.

אין 2019 האָבן דאָס ליכט, ראַדיאָ־כוואַליעס און רענטגען־שטראַלן פֿונעם דאָזיקן געשעעניש זיך דערקליבן ביז אונדז. די אַסטראָנאָמען האָבן באַשטעטיקט, אַז דער שטערן איז געווען בערך אַזוי גרויס ווי אונדזער זון, און די שוואַרצע לאָך — אויף אַ מיליאָן מאָל שווערער. אַ העלפֿט פֿונעם „אויפֿגעפֿרעסענעם‟ שטערן האָט זיך אויפֿגעריסן; זײַנע רעשטלעך זענען זיך צעפֿלויגן מיט דער שנעלקייט פֿון 10,000 קילאָמעטער אַ סעקונדע.

מיט אַ יאָר צוריק האָט מען צום ערשטן מאָל פֿאָטאָגראַפֿירט אַ שוואַרצע לאָך, וואָס געפֿינט זיך אינעם צענטער פֿון דער גיגאַנטישער גאַלאַקטיק Messier 87. דער אָביעקט איז בערך 7 ביליאָן שווערער, ווי די זון. די נעענטסטע באַקאַנטע שוואַרצע לאָך — אַ רעלאַטיוו קליינע, 6.6 זון־מאַסעס — איז 3,300 ליכט־יאָרן פֿון אונדז. קאָן זײַן, אַז אַנדערע שוואַרצע לעכער זענען אַ סך נעענטער, נאָר ווי באַלד זיי זענען פֿינצטער, איז זיי שווער צו זען.

אין 1783 האָט דער ענגלישער גלח דזשאָן מיטשעל אויסגעדריקט דעם געדאַנק, אַז אַ גענוג שווערער שטערן ציט צו זיך צו זײַן אייגן ליכט. די ערנסטע פֿאָרשונגען פֿון אַזאַ מעגלעכקייט הייבן זיך אָן אין 1915, ווען אײַנשטײַן האָט פֿאָרמולירט זײַן רעלאַטיוויטעט־טעאָריע. באַלד נאָך אײַנשטײַנס פּובליקאַציע האָט דער דײַטשיש־ייִדישער פֿיזיקער און אַסטראָנאָם קאַרל שוואַרצשילד געפֿונען אַ לייזונג פֿון אײַנשטײַנס פֿעלד־גלײַכונגען, וואָס שטימט מיט די שוואַרצע לעכער. די גרענעץ פֿונעם געשעעניש־האָריזאָנט, הינטער וועלכן דער רוים און צײַט אין דער שוואַרצער לאָך ווערט אין גאַנצן אָפּגעריסן פֿון דער דרויסנדיקער וועלט, הייסט דער „שוואַרצשילד־ראַדיוס‟.

קאַרל שוואַרצשילד איז געווען אַ ייִד פֿון פֿראַנקפֿורט, וועלכער האָט געדינט אין דער דײַטשישער אַרמיי בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. די עקזיסטענץ פֿון שוואַרצע לעכער האָט ער פֿאָרויסגעזאָגט בעת זײַן מיליטעריש דינסט. אין 1916 איז ער, נעבעך, געשטאָרבן פֿון פּעמפֿיגוס — אַ זעלטענע גענעטישע מחלה, וואָס טרעפֿט זיך באַזונדערס אָפֿט בײַ אַשכּנזישע ייִדן.

אין 1939 האָט ראָבערט אָפּענהײַמער — אַן אַמעריקאַנער ייִד, באַקאַנט ווי דער „פֿאָטער פֿון דער אַטאָם־באָמבע‟ — באַשטעטיקט, אַז גענוג שווערע נייטראָן־שטערן פֿאַלן אַרײַן אין זיך אַליין און פֿאַרוואַנדלען זיך אין אַ שוואַרצער לאָך. אין די 1950ער יאָרן איז די טעאָריע פֿון שוואַרצע לעכער ווײַטער אַנטוויקלט געוואָרן פֿונעם אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר דוד פֿינקעלשטיין. אַן אַנדער אַמעריאַנער ייִד, עזרא ניומאַן, האָט געוויזן, ווי אַזוי אַ שוואַרצע לאָך קאָן זיך דרייען און זײַן עלעקטריש אָנגעלאָדן.

ראָדזשער פּענראָוז און סטיווען האָקינג האָבן דעמאָנסטרירט, אַז הגם שוואַרצע לעכער זענען אין גאַנצן פֿאַרמאַכטע אָביעקטן, זענען זיי נישט אַבסאָלוט טונקל און קאָנען דינען, אין פּרינציפּ, ווי ריזיקע קוואַלן פֿון ענערגיע. ס׳איז גאַנץ מעגלעך, אַז האָקינג וואָלט באַקומען אַ טייל פֿון דער הײַנטיקער נאָבעל־פּרעמיע, ווען ער וואָלט נישט געשטאָרבן אין 2018.

די פֿאָרשונגען, פֿאַר וועלכע די דרײַ פֿיזיקער האָבן איצט באַקומען דעם חשובֿן פּריז, זענען אַ גוטער בײַשפּיל פֿון אַנטדעקונגען, וואָס זענען לאַוו־דווקא רעלעוואַנט אין אונדזער טאָג־טעגלעך לעבן. מסתּמא, קאָנען זיי נישט העלפֿן צו אַנטוויקלען נײַע פּראַקטישע טעכנאָלאָגיעס. גאָר וויכטיק איז דאָס, אַז זיי דערמעגלעכן אונדז בעסער צו פֿאַרשטיין די פֿונדאַמענטאַלסטע יסודות פֿונעם אוניווערס.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version