Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדישע בעטלער, משוגעים און קאַליקעס אין אַמאָליקער מיזרח־אײראָפּעBeggars and the mentally and physically disabled in old Eastern Europe

נתן מאיר אַנאַליזירט די טעמע אויפֿן סמך פֿון זכרונות, סטאַטיסטיק און אַ ריי ליטעראַרישע ווערק ווי פּרצעס דערציילונג „דער משוגענער בטלן‟.

אינעם ראָמאַן „פֿישקע דער קרומער‟ מאַכט מענדעלע מוכר־ספֿרים אַ פּרטימדיקן קאַטאַלאָג פֿון כּל־מיני טיפּן פֿון ייִדישע בעטלער: שטאָטישע אָרעמע לײַט, בױד־אָרעמע לײַט (די וואָס וואַנדערן אין וואָגנס), פֿעלד־אָרעמע לײַט, סתּם קבצנים, קבצנים־כּלי־קודש, תּורה־ און מיצװה־קבצנים, באַהאַלטענע קבצנים, האַלבע קבצנים, יום־טובֿדיקע קבצנים, גמילות־חסד־קבצנים, און ער פֿאַרסך־הכּלט: „כּל־ישׂראל – אײן קבצן!‟

שלום־יעקבֿ אַבראַמאָװיטש האָט געשעפּט די אײנצלנע יחידישע פֿיגורן פֿון זײַן אײגענער דערפֿאַרונג, אָבער אין אײנעם באַטרעפֿן זיי די קאָלעקטיװע סימבאָלישע געשטאַלט פֿונעם רוסישן ייִדנטום אין דער צװײטער העלפֿט פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט. די ביטערע איראָניע פֿונעם דאָזיקן פּאָרטרעט שפּיגלט אָפּ די משׂכּילישע קריטיק פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטײגער, װאָס מען האָט געהאַלטן פֿאַר אַ ניט־פּראָדוקטיװן. צו מאַכן פֿון ייִדן „ניצלעכע‟ בירגער איז אױך געװען די כּװנה סײַ פֿון דער רוסישער צאַרישער און סײַ פֿון דער סאָװעטישער רעגירונג.

ציוניסטן האָבן אױסגעטײַטשט דעם בידנעם עקאָנאָמישן מצבֿ פֿון רוסישע ייִדן װי אַ באַװײַז, אַז ייִדן האָבן ניט קײן צוקונפֿט אין גלות, בעת סאָציאַליסטן האָבן געהאַלטן אַז דער שורש פֿון אַלע צרות איז אין דער קאַפּיטאַליסטישער עקספּלואַטאַציע. אַזױ אָדער אַנדערש איז די פּראָבלעם פֿונעם ייִדישן דלות געװען בשעתו זײער אַקטועל. דאָס איז געװען אַ װיכטיקע טעמע פֿאַר דער היסטאָרישער און סאָציאָלאָגישער פֿאָרשונג און האָט זיך בולט אָפּגעשפּיגלט אין דער ייִדישער ליטעראַטור. דער חורבן האָט פֿאַרטיליקט די ייִדישע קהילות פֿון מיזרח־אײראָפּע אין אײנעם מיט זײערע קבצנים. אײניקע ייִדישע ליטעראַטן, װי למשל יעקבֿ גלאַטשטײן, האָבן אַפֿילו געװאָלט באַזײַטיקן „פֿישקע‟ פֿונעם ייִדישן קאַנאָן צוליב דעם מחברס שאַרפֿע נאַטוראַליסטישע שילדערונגען פֿון ייִדישע אָרעמע לײַט: „מענדעלע האָט נישט פֿאַרמאָגט אין זיך דאָס טראָפּעלע רחמנות, װאָס קען אין אַזאַ מעשׂה געבן אַ װאַרעמען צופּ בײַם האַרצן,‟ האָט גלאַטשטיין געשריבן.

די היסטאָריקער פֿון רוסישן ייִדנטום, װאָס האָבן געשריבן נאָכן חורבן, האָבן זיך װײניק אָפּגעגעבן מיטן פֿאָרשן די מאַרגינאַלע שיכטן פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט, בעת ייִדישע שרײַבער װי חיים גראַדע און אַבֿרהם קאַרפּינאָװיטש האָבן זײ פֿאָרגעשטעלט אין סענטימענטאַל־ראָמאַנטישן ליכט.

דערפֿאַר איז אַזױ װיכטיק דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר נתן מאיר, „שטיפֿקינדער פֿונעם שטעטל: די פֿאַראָרעמטע, קאַליקעס און משוגעים אין דער ייִדישער מיזרח־אײראָפּע, 1800 – 1939‟. מאיר שעפּט זײַן מאַטעריאַל פֿון פֿאַרשײדענע מקורים: זכרונות, צײַטונגען, סטאַטיסטישע באַריכטן, רײַזע־באַשרײַבונגען, יזכּור־ביכער, װי אױך ליטעראַרישע װערק. אַזעלכע װערק װי „פֿישקע דער קרומער‟, י. ל. פּרצעס דערצײלונגען „דער משוגענער בטלן‟ און „פֿון דול־הױז‟ און ש. אַנ־סקיס „דער דיבוק‟. אײניקע העברעיִשע מעשׂיות פֿון שמואל יוסף עגנון שילדערן אויך לעבעדיקע מענטשן, װאָס זײַנען געשטאַנען אױפֿן סאַמע דנאָ פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט. אָבער זײ אַלײן האָבן ניט איבערגעלאָזט קײן אײגענע היסטאָרישע שפּורן, דורך זכרונות, טאָגביכער אָדער בריװ.

װען מאיר האָט געשריבן זײַן בוך, האָט ער אַװדאי ניט געהאַט קײן אַנונג װעגן דער קומעדיקער קאָװיד־פּאַנדעמיע. אָבער אײן קאַפּיטל האָט אַ בולטן שײַכות צום הײַנטיקן מצבֿ. בעת די כאָלערע־פּאַנדעמיעס אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט איז אַנטשטאַנען אַ פֿאָלקס־מינהג פֿון „כאָלערע־חתונות‟. מען האָט געשטעלט אַ חופּה פֿאַר צװײ אָרעמע יתומים אין אַ בית־עולם, כּדי אָפּצושרעקן דעם טױט פֿון דער קהילה. הײַנט האַלט מען דעם דאָזיקן מינהג פֿאַר אַן אוראַלטן מיסטישן ריטואַל, אָבער אין דער אמתן, דערקלערט מאיר, איז ער אַ מאָדערנער חידוש. די ערשטע כאָלערע־פּאַנדעמיע האָט באַטראָפֿן מיזרח־אײראָפּע ערשט אין די יאָרן 1829 – 1831, און דעמאָלט האָט מען געמאַכט די ערשטע „כאָלערע־חתונות‟ אין גאַליציע. בשעת דער צװײטער פּאַנדעמיע אין די יאָרן 1870-1865, איז דער דאָזיקער מינהג שױן געװען פֿאַרשפּרײט אױך אין אוקראַיִנע און ליטע. די סאַמע לעבעדיקע שילדערונג פֿון דער „כאָלערע־חתונה‟ האָט אונדז איבערגעלאָזט מענדעלע אין „פֿישקע דער קרומער‟.

די רוסישע מלוכה האָט געפּרוּװט אָננעמען שטרענגע מאָסמיטלען, כּדי אָפּצושטעלן די פֿאַרשפּרײטונג פֿון דער מגפֿה, אָבער די ייִדישע מאַסן האָבן דאָס באַטראַכט װי נײַע גזירות. פֿרומע ייִדן, און בפֿרט חסידים, האָבן ניט געהאַט קײן צוטרױ צו דער מאָדערנער מעדיצין. דאָקטױרים האָבן בײַ זיי פֿאַרקערפּערט די השׂכּלה. כּלערלײ פֿאָלק־סגולות, אַזעלכע װי די „כאָלערע־חתונות‟, זײַנען געװען „אַ מין בונט פֿונעם ייִדישן עמך קעגן די פּני פֿונעם קהל,‟ האַלט מאיר. זײַן באַשרײַבונג פֿון דער אױפֿפֿיריונג פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג בשעת די כאָלערע־פּאַנדעמיעס אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט דערמאָנט אָן הײַנטיקע רעפּאָרטאַזשן פֿון חסידישע פּראָטעסטן אין ברוקלין.

זײער װערטפֿול איז דער אײגנאַרטיקער היסטאָרישער מקור, װאָס האָט זיך על־פּי־נס אָפּגעהיט אינעם אַרכיװ פֿון ייִװאָ. דאָס זײַנען קװיטלעך, װאָס ייִדן האָבן געבראַכט צו דעם „גוטן ייִד‟, ר’ אליהו גוטמאַכער אין גראָדזשיסק, פּױלן. מען האָט בײַ אים געבעטן סגולות אױף פּרנסה, משפּחה־לעבן און געזונט — אַרײַנגערעכנט גײַסטיקע קרענקען. די דאָזיקע קװיטלעך, שרײַבט מאיר, שילדערן „אַ בילד פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער סבֿיבֿה אױפֿן שװעל פֿון איבערגאַנג. ייִדן לעבן אינעם ריטעם פֿון דער אַמאָליקער פֿרומקײט אָבער זײַנען שױן געװױר פֿון דער הײַנטצײַטיקער װעלט, דעם פּראָגרעס אין מעדיצין און פּסיכיאַטריע.‟ די קװיטלעך זײַנען ספּעציעל אינטערעסאַנט פֿאַר אַ שפּראַכפֿאָרשער, בפֿרט װאָס שײך די לשון־קודשדיקע װערטער פֿאַר כּלערלײ גײַסטיק קראַנקע: חסר־דעת, שוטה, סורר־ומורה. די דאָזיקע באַגריפֿן, שרײַבט מאיר, לאָזט זיך ניט איבערזעצן דירעקט אױף דער הײַנטיקער װיסנשאַפֿטלעכער שפּראַך. „אַנשטאָט דעם דאַרפֿן מיר פּרוּװן צו פֿאַרשטײן די דאָזיקע באַשרײַבונגען אַזױ װי מען האָט זײ דעמאָלט געמײנט.‟

נתן מאירס בוך דעקט אַ היפּשן היסטאָרישן פּעריאָד און שעפּט פֿון אַ שלל מיט פֿאַרשיידנמיניקע מקורים. ער איז זײער געניט מיט אַנאַליזירן ליטעראַרישע װערק, װאָס באַשרײַבן כּלערלײ מאַרגינאַלע מענטשן. זײַן רשימה פֿון מחברים נעמט אַרײַן מענדעלע, פּרצן, דוד בערגלסאָן, ש. אַנ־סקין, יוסף אָפּאַטאָשו, עגנון און אַנדערע מחברים. צו דער דאָזיקער ליסטע װאָלט מען געקאָנט צוגעבן נאָך צװײ װיכטיקע װערק, ישׂראל אַקסנפֿעלדס פּיעסעס צום אָנהײב (דאָס איז אַ רײַכער מקור, װאָס בלײַבט נאָך ניט דערטאַפּט דורך הײַנטיקע ייִדישע היסטאָריקער), און דעם נסתּרס ראָמאַן „די משפּחה מאַשבער‟, װאָס שליסט די גאַר־מלחמיקע תּקופֿה אין דער ייִדישער ליטעראַטור.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version