ווידעאָ: אַ כאָר פֿון איין פֿרוי זינגט אַ וויגליד WATCH: A one-woman choir sings a lullaby
לוסעט וואַן דען בערג זינגט מיט פֿיר „קולות“ אין אַ קאָמפּאָזיציע וואָס נעמט אַרײַן די מוזיקאַלישע סטילן פֿון עטלעכע הונדערט יאָר.
די האָלענדישע סאָפּראָנאָ לוסעט וואַן דען בערג האָט די וואָך אַרויסגעלאָזט אַ מוזיק־ווידעאָ פֿון אַ ליד, וואָס קלינגט זייער אַנדערש פֿון אַלע אַנדערע ייִדישע לידער, וואָס איך האָב אַמאָל געהערט: אין איר נוסח פֿון שלום־עליכמס וויגליד „שלאָף מײַן קינד“ וועבט זי צונויף עטלעכע רעקאָרדירונגען צו שאַפֿן אַ האַרמאָנישע גאַנצקייט. ווי אַ רעזולטאַט קלינגט עס ווי עס זינגען דאָ אַ סך פֿרויען, ניט בלויז איינע.
כאָרמוזיק אויף ייִדיש איז ניט קיין נאָווינע, אָבער כאָרמוזיק געשפּילט אין אַ מיטל־עלטערישן סטיל איז יאָ. וואַן דען בערגס קאָמפּאָזיציע הייבט זיך אָן אַזוי ווי מע וואָלט זי אפֿשר געזונגען אינעם 15טן יאָרהונדערט און שפּאַנט דורך די יאָרן, ביז די מוזיק הייבט אָן צו קלינגען אַלץ מער הײַנטצײַטיק. וואַן דען בערג גיט איבער אין איר באַשרײַבונג פֿונעם ווידעאָ, אַז „דער כאָר שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ כּמעט הייליק געפֿיל“.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO