ייִדישער טעאַטער ווידער דאָ — נאָר מיט אָפּגעזונדערטע זיצערטערYiddish theater is back – socially distanced, of course
שיין בייקער, יעלענע שמואלענסאָן און אַלען לויִס ריקמאַן וועלן פֿאָרשטעלן „טבֿיה, די עכטע סחורה“ אין ניו־דזשערזי — אָבער בלויז אויף 4 טעג.
צום ערשטן מאָל זינט מאַרץ, וועט מען אינעם ניו־יאָרקער ראַיאָן קענען זען אַ ייִדישע פּיעסע אויף דער בינע. דאָ גייט די רייד וועגן „טבֿיה, די עכטע סחורה“, אַ פּאָפּורי פֿון שלום־עליכמס סקיצעס, דערציילונגען און מאָנאָלאָגן, אויפֿגעפֿירט אויף ייִדיש און ענגליש דורך יעלענע שמואלענסאָן, שיין בייקער און אַלען לויִס ריקמאַן.
די פּראָגראַם, וואָס איז געווען אַן אומדערוואַרטער שלאַגער אין 2018, וועט מען די וואָך שפּילן אויף דער בינע בײַם Centenary Stage Company אין האַקעטסטאַון, ניו־דזשערזי ( אַ רײַזע פֿון בערך אַ שעה פֿון מאַנהעטן). די פּיעסע וועט פֿאָרגעשטעלט ווערן בלויז פֿיר מאָל — דאָנערשטיק, פֿרײַטיק און שבת, 7:30 אין אָוונט, און זונטיק, 2:00 אַ זייגער נאָכמיטאָג, אינעם ”סיטניק־טעאַטער“ בײַם ”לאַקלאַנד־צענטער פֿאַר בינעקונסט“.
די בילעטן קאָסטן $22 ביז $27. כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט גיט אַ קוועטש דאָ.
צוליבן קאָראָנאַ־ווירוס האָט מען פֿאַרקלענערט די צאָל זיצערטער אינעם זאַל פֿון 504 אויף 112. דערצו וועלן אַלע אין עולם מוזן טראָגן מאַסקעס און זיצן בלויז מיט איין מענטש מיט וועמען מע וווינט, אָפּגעזונדערט פֿון אַלע אַנדערע פּאָרלעך. משפּחה־מיטגלידער צי מיטוווינערס קענען זיצן צוזאַמען אין קליינע גרופּעס אָבער מע מוז אָנקלינגען דעם טעאַטער פֿון פֿריִער כּדי דאָס צו אַראַנזשירן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO