Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

חב״ד: מעלות און קאָנטראָווערסיעסChabad: kindness and controversies

די עיקר־פּראָבלעם איז נישט משיחיזם, נאָר סופּרעמאַסיסטישע אָפּטײַטשן פֿונעם מיסטישן טעקסט.

(ערשטער טייל)

די הײַנטיקע ליובאַוויטשער באַוועגונג רופֿט נישט זעלטן אַרויס אי סימפּאַטיע, אי ווידערגעפֿיל בײַ ייִדן און צומאָל בײַ נישט־ייִדן אויך.

דאָס חב״ד־חסידות איז איינע פֿון די טיפֿסטע, אויב נישט די סאַמע טיפֿסטע, פֿילאָסאָפֿישע און טעאָלאָגישע שיטה אין ייִדישקייט, וואָס ציט צו סײַ זוכער פֿון רוחניות מכּל־המינים, סײַ אַזעלכע פּראָמינענטע פֿאָרשער פֿון קבלה און חסידות, ווי פּראָפֿ׳ רחל אליאור און פּראָפֿ׳ עליאָט וואָלפֿסאָן.

די ליובאַוויטשער שליחים זענען מקרבֿ טויזנטער אַסימילירטע ייִדן איבער דער גאָרער וועלט, עפֿענען שילן און ייִדישע קהילה־צענטערס אַפֿילו אין אַזעלכע ווײַטע מקומות, ווי כינע און יאַפּאַן. געוויינטלעך, הערשט אין חב״ד־שילן אַ פֿרײַנדלעכע אַטמאָספֿער. דאָרט קאָן מען טרעפֿן אָפֿענע האָמאָסעקסואַלן, געמישטע משפּחות און ייִדן מיט אַ צלם אויפֿן האַלדז.

פֿאַר וואָס זשע רופֿט אַרויס חב״ד צומאָל אויך אַ ווידערגעפֿיל? אַ גרויסער טייל ליובאַוויטשער דרשענען אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, אַז זייער לעצטער רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן איז נישט געשטאָרבן, אַז ער וועט זיך אומקערן ווי משיח, אַז דער שׂטן האָט פֿאַרבלענדט די אויגן פֿון דער וועלט און געשאַפֿן אַ פֿאַלשן דמיון פֿונעם רבינס אוהל און אַז ער איז איינס מיטן גאַנצן וועזן און מיטן אייבערשטן אַליין…

איך מיין אָבער, אַז דאָס איז נישט אַן ערנסטע פּראָבלעם. אַדרבה, פּערזענלעך סימפּאַטיזיר איך דווקא מיט די משיחיסטן. אין פֿאַרגלײַך מיט זייערע קריטיקער, זענען זיי געוויינטלעך אָפֿענער, לעבעדיקער, פֿרײַנדלעכער, פֿול מיט אייגנאַרטיקע געדאַנקען. פֿון אַ טיפּישער משיחיסטישער שיל פֿאַרטרײַבט מען קיינעם נישט. כּל־זמן מע אַמפּערט זיך נישט, אַז דער טויטער רבי קען נישט זײַן משיח, און אַז חב״ד איז לאַוו־דווקא די וויכטיקסטע ייִדישע באַוועגונג אויף דער וועלט, וואָס וועט ברענגען משיחן בפּועל ממש. „ממש‟ הייסט בײַ די משיחיסטן די ראָשי־תּיבֿות „מנחם־מענדל שניאורסאָן‟, דערפֿאַר לייגן זיי אַרײַן באַזונדערע מיסטישע כּוונות אינעם דאָזיקן וואָרט.

די ליובאַוויטשער עקסקלוסיווקייט בכלל און דער משיחיסטישער פֿאָדעם בפֿרט קאָן זײַן דערעסנדיק, נאָר נישט דאָס בין איך אויסן. משיחישע באַוועגונגען זענען נישט קיין נאָווענע אויף דער ייִדישער גאַס און לאַוו־דווקא אַ שלעכטע זאַך. אַפֿילו שבתי צבֿיס נאָכפֿאָלגער האָבן געבראַכט סײַ גרויסע מהומות, סײַ אַ פֿרישן באַנײַונג־גײַסט, וועלכער האָט געדינט ווי אַ גרייטער באָדן פֿאַרן חסידות. נישט ווייניק געוועזענע שבתי־צבֿיניקעס אָדער זייערע סימפּאַטיזאַנטן האָבן תּשובֿה געטאָן און זענען געוואָרן הייסע חסידים.

צוויי פּראָבלעמען, וואָס אַרן מיך יאָ אינעם הײַנטיקן חב״ד, זענען אומאויטענטישקייט און דאָס צבֿיעותדיקע אויפֿפֿירעכץ פֿון געוויסע ליובאַוויטשער טוער און אָרגאַניזאַציעס. די אַלטע רײַסישע ליובאַוויטשער האָב איך אַ סך מאָל געהערט טענהן, אַז דער נײַער דור חסידים איז ווײַט פֿונעם אַלטן חסידישן דרך: צו אַמעריקאַניש, צו פֿאַרנומען מיט צווייפֿלהאַפֿטיקער פּאָליטיק, מלא־גאווה און וויל נישט וויסן קיין ייִדיש וואָרט — אַחוץ געוויסע פּאָפּולערע אויסדרוקן. מילא, קאָן מען דאָס אויך מיט זאַלץ און פֿעפֿער פֿאַרשלינגען.

צום באַדויערן, באַשטייען די הײַנטיקע ליובאַוויטשער אָרגאַניזאַציעס פֿון צוויי שיכטן: פֿונעם כּמו־וועלטלעכן פֿאַסאַד, וואָס זעט אויס פֿרײַנדלעך צו אַלעמען, און פֿונעם אומטאָלעראַנטן אינערלעכן יאָדער, וואָס פּריידיקט, צווישן אַנדערע קאָנטראָווערסאַלע זאַכן, אַ בפֿירושע שׂינאה צו גויים. ווי אַן עיקר־קוואַל פֿון דער דאָזיקער טענדענץ נוצט זיי כּסדר דעם ערשטן פּרק פֿונעם ספֿר־התּניא, „די חסידישע תּורה־שבכּתבֿ‟, וווּ עס שטייט געשריבן (לייענט מיט גרויס אויפֿמערק): „נפֿשות אומות עובֿדי גלולים הם משאר קליפּות טמאות שאין בהן טובֿ כּלל‟ – די נפֿשות פֿון געצנדינער שטאַמען פֿון די טמאנע קליפּות, אין וועלכע ס׳איז בכלל נישטאָ קיין גוטס.

געצנדינער! ווי באַלד די ליובאַוויטשער גלייבן באמונה־שלמה, אַז יעדעס וואָרט און יעדער אות אין „תּניא‟ איז קודש־הקדשים, זאָלן זיי נעמען אין אַכט, אַז דער „אַלטער רבי‟, דער מחבר פֿונעם דאָזיקן ספֿר, דערקלערט אין זײַן אייגענעם פּירוש אויפֿן סידור, אַז בײַ גײַסטיק־אַנטוויקלטע נישט־ייִדן זענען נשמות ענלעך אין אַ געוויסן אַספּעקט צו מלאכים; צו זיי, הייסט עס, האָבן די ווערטער אין „תּניא‟ נישט קיין שײַכות.

דערצו, פֿלעגט דער ליובאַוויטשער רבי אָפֿט באַטאָנען, אַז אַ גר איז זיך מגייר, ווײַל ער האָט לכתּחילה אַ ייִדישע נשמה. פֿון דער צווייטער זײַט, שטייט אין דער „תּניא‟ אויך געשריבן, אַז אַן אַפּיקורס איז נישט קיין ייִד אינעם אמתן זין פֿון וואָרט. צוליב דעם מײַדן אַ טייל ליובאַוויטשער בעל־הבתּים שטילערהייט אויס דעם נישט־געקאָכטן ווײַן, אויב בײַ זייער טיש זיצט אַ וועלטלעכער ייִד. אין די הײַנטיקע צײַטן זענען נישטאָ קיין עכטע אַפּיקורסים, אָבער…

באַקומט זיך, אַז דער גײַסטיקער חילוק צווישן ייִדן און נישט־ייִדן איז, לויט דער ליובאַוויטשער שיטה גופֿא, אַ רעלאַטיווער. אינעם ערשטן פּרק פֿון זײַן „תּניא‟ שאַפֿט דער „אַלטער רבי‟ אַ דיכאָטאָמיע צווישן אַ גוטן, פֿרומען, באמת גלייביקן ייִד, און אַ שלעכטן, בייזן, געצנדינער — עובֿד־עבֿודה־זרה. צום באַדויערן, פּריידיקן אַ סך חב״ד־טוער, אַז דער חילוק איז גאָר אַ פּראָסטער, און אַז „תּניא‟ מיינט אַ וועלכן־ניט־איז ייִד אין פֿאַרגלײַך מיט וועלכן־ניט־איז גוי.

(המשך קומט)

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version