„אַ רײַזע פֿון טשערנאָוויץ קיין קיִעוו‟ פֿון רות לעווין (פּרעמירטע דערציילונג)Prize-winning story by Ruth Levin, “A Journey from Czernowitz to Kyiv”
די דערציילונג, אַ געווינענדיק ווערק אינעם ישׂראלדיקן מלוכישן שרײַבער־קאָנקורס, שילדערט אַן אומדערוואַרט באַגעגעניש אויף אַ באַן.
די דערציילונג איז איינע פֿון דרײַ וואָס האָבן הײַיאָר געוווּנען פּריזן אינעם ישׂראלדיקן קאָנקורס פֿאַר דער בעסטער דערציילונג אויף ייִדיש.
…אַוועקגעפֿלויגן די שטויביקע פּלאַטפֿאָרמע, די בלייכע פּנימער, די פֿאַרוואָרפֿענע הענט. דער נאַכט שנעלצוג פֿון פּונקט א’ קיין פּונקט ב’. צי אין מײַן היימלאַנד, צי אויף דער פֿרעמד.
פֿון דעם פּלאַצקאָרט־וואַגאָנס דערשטיקעניש, דורך אַ באַטעריע פֿון פֿרעמדע פֿיס דרינג איך זיך אַרויס צום טאַמבור, כּדי אין דעם געבענטשטן געקנאַל, איינע אַליין, אויפֿן ווינט, זיך אָפּצוגעבן דאָרטן דעם צער.
מיט זיבעצן יאָר צוריק, ווען כ’האָב צום ערשטן מאָל פֿאַרלאָזט מײַן היים, האָב איך נישט דערפֿילט קיין צער. בלויז אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון עפּעס א טאַטנס נעפּלדיקער מעשׂה און אַ קינדערישער ברען פֿון יוצא־וועגן. און איצט האָט מיך צעקוועטשט דער צער ווי אַ בער. איך שטיי אָנגעטוליעט צו דעם קאַלטן קלאַפּנדיקן אײַזן, שלינג אַרײַן דעם סיגאַרעטן־רויך און בין מרחם סײַ אויף יענע, וואָס זײַנען געבליבן אויף דער פּלאַטפֿאָרמע און סײַ אויף זיך אַליין — אַן אייביקע ייִדענע… כ’וויל וויינען, אָבער כ’קאָן נישט — פֿאַראַן בײַ מיר אַ באַרג אין ברוסט.
די טיר גיט אַ גרילץ, עפּעס טונקלס פֿאַלט אויף מיר און כאַפּט מיך שווײַגנדיק אַרום, שטופּט און טאַפּט מײַן גוף. און פּלוצעם פֿאַרשטיי איך, אַ דערשטוינטע, אַז מער דאַרף איך זיך נישט באַהערשן. און איך שרײַ אַזוי ווי כ’האָב נאָך קיינמאָל ניט געשריגן, אַזוי ווי עס שרײַען מונקס אַלע צעריסענע מײַלער אין איינעם — עקסטאַטיש, גליקלעך. דאָס „עפּעס‟, אַ צעמישטע, שוואַכט אָפּ זײַן דראַנג: „וואָס איז?‟… די טיר גיט נאָך אַ גרילץ, עמעצער קומט אַרײַן, דער אָנשיקעניש טוט אַ שאָקל און פֿאַרשווינדט. אַ גרילץ. געקנאַל און ווינט. מײַן אויסלייזער רויכט אַ סיגאַרעטל בײַ דער וואַנט אַקעגן. און אַ פֿולשטענדיקע אויסגעשעפּטקייט פֿאַראַן אין מײַן ברוסט.
אין דעם וואַגאָן האָט זיך מײַן קאָנצערט־מײַסטער מאָיסיי יעפֿימאָוויטש שוין אײַנגעאָרדנט און איצט פֿירט ער אַ שמועס מיט אונדזערע מיטרײַזנדע — אַ גראָבן העפֿלעכן פּאָליאַק און אַ בלייכע צעשויבערטע ווײַבל מיט אומרויִקע אויגן. דער פּאָליאַק פֿאָרט קיין קיִעוו צוליב אַ געשעפֿט; דאָס ווײַבל פֿאָרט צו איר טאָכטער: „זי וואַרט אויף מיר ניט… אַ קוק צו טאָן אויף די אייניקלעך…“ דערהערט אַז מיר פֿאָרן קיין קיִעוו מיט אַ פּראָגראַם פֿון ייִדישע לידער, פּינטלט זי מיט די אויגן און זאָגט, שמייכלנדיק בלויז מיט די ליפּן, אַז זי אויך האַלט פֿון ייִדישע לידער: די שכנים האָבן געזונגען.
מאָיסיי יעפֿימאָוויטש עפֿנט אַ פֿלעשל קיזילאָווקע, און מיר אַלע טרינקען לכּבֿוד אונדזער באַקאַנטשאַפֿט. די קיזילאָווקע איז אַן אויסערגעוויינטלעכע. דאָס בלייכע ווײַבל פֿאַרמאַכט כּסדר דעם גלאָז מיט איר דלאָניע און גיט נאָך, פֿאַרזשמורעט די אויגן, צמאָקעט מיט דער צונג און באַלויבט מײַן באַלעבאַטישן קאָנצערט־מײַסטער. דער שמועס קלעפּט זיך. מיר טרינקען אַ גלעזעלע טיי.
דער עולם אַרום אונדז הייבט שוין אָן זיך אַוועקלייגן שלאָפֿן. איך קלעטער אַרויף אויף מײַן אויבן־פּאָליצע. ס’איז דאָרט הייס און דושנע ווי אין אַ קבֿר. איך קערעווע זיך איבער אויפֿן בויך און שטאַר אַרײַן אינעם טינט־טונקל מיט אַ בלייכן פֿלעק — מײַן אייגן אָפּשפּיגלונג. פֿון אונטן, די שיך פֿון מאָיסיי יעפֿימאָוויטש שטייען שטרענג פּאַראַלעל, ווי צוויי פּיאַנע־פּעדאַלן. דאָס צעשויבערטע ווײַבל האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿונעם בעטגעוואַנט און איצט ליגט זי אויף דער נאַקעטער פּאָליצע, דער צונויפֿגעוויקלטער מאַטראַץ אונטערן קאָפּ. זי ליגט אויף דער זײַט, אומגעמיטלעך, צונויפֿגענומען די פֿיס מיט די שיך.
אין מיטן דער נאַכט דערוועק איך זיך. דער וואַגאָן איז פֿול מיט שלעפֿעריקע אָטעמס און כראָפּען פֿון אומרויִקע מענטשן וואָס יאָגן זיך אין דער נאַכט ווער ווייס וווּהין. דאָס ווײַבל זיצט אַ צעקנייטשטע, אַ צעשויבערטע, און שטאַרט מיט די אויגן גלײַך אין דער וועלט אַרײַן.
אין דער פֿרי גלעט זי צו די האָר מיט אַ קעמל און טשעפּעט זיך צו צו מיר:
„איז זינגסטו ייִדישע לידער? אויף וועלכער שפּראַך?“
„אויף ייִדיש.“
„ביסטו…“
„וואָס?“
„נו, וואָס איז דײַן נאַציאָנאַליטעט?“
„איך בין אַ ייִדישקע.“
זי וואַקלט זיך אַ ווײַלע, בויגט זיך צו צו מיר איבער דעם וואַגאָן־טישל און טוט אַ הייסן, פֿײַפֿנדיקן שעפּטשע:
„ווייסט, איך בין אויך אַ ייִדישקע.“
דער קאָנדוקטאָר גייט פֿאַרבײַ און מעלדט אַז מיר דערנענטערן זיך שוין צו קיִעוו.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO