Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וואַשינגטאָנער חורבן־מוזיי וועט פֿירן אַן אָנלײַן־פּראָגראַם וועגן ייִדישן שרײַבער ירחמיאל בריקסUS Holocaust Memorial Museum to host online program about Yiddish writer Rachmil Bryks

בעלאַ בריקס־קלײַן וועט דערציילן וועגן די כּתבֿ־ידן, וואָס איר טאַטע האָט באַגראָבן אין לאָדזשער געטאָ און זײַן לעבן אין אַמעריקע.

לכּבֿוד דער נײַער ענגלישער איבערזעצונג פֿונעם חורבן־שרײַבער ירחמיאל בריקסעס זכרונות, וועט דער אַמעריקאַנער מלוכישער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן אָנפֿירן מיט אַן אָנלײַן־פּראָגראַם וועגן בריקסעס לעבן און שאַפֿן.

בעלאַ בריקס־קלײַן, ירחמיאל בריקסעס טאָכטער, וואָס האָט געשריבן איר מאַגיסטער־טעזיס וועגן זײַן שאַפֿן, וועט רעדן צוזאַמען מיטן איבערזעצער פֿונעם בוך, ירמיהו אַהרן טאַוב. די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 20סטן אָקטאָבער, צוועלף אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט.

אין דער פּראָגראַם וועט ירמיהו טאַוב רעדן וועגן די דרײַ ווערק — לכתּחילה באַזונדערע בענד — וואָס ער האָט פֿאַרוואַנדלט אין אַ טרילאָגיע. ער וועט באַשרײַבן בריקסעס ליטעראַרישע דערגרייכונגען און אויך די סטראַטעגיעס מיט וועלכע ער האָט זיך באַנוצט כּדי איבערצוזעצן דאָס בוך ווי געהעריק. בעלאַ בריקס־קלײַן וועט דערציילן וועגן אירע איבערלעבונגען ווי אַ טאָכטער פֿון אַ ייִדישן שרײַבער, איר טאַטנס לעבן אין אַמעריקע, און אירע פֿאָרשונגען איבער די כּתבֿ־ידן, וואָס ירחמיאל בריקס האָט באַגראָבן אין לאָדזשער געטאָ.

דער אײַנטריט איז בחינם אָבער מע מוז זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער.

להיפּוך צו זײַנע ראָמאַנען און נאָוועלעס, אַזוי ווי „אַ קאַץ אין געטאָ“ און „דער קייסער אין געטאָ“, וואָס דערציילן מערסטנס וועגן לאָדזשער געטאָ, שילדערט דאָס נײַע בוך אַנדערע תּקופֿות פֿון ירחמיאל בריקסעס לעבן, דהיינו זײַנע יונגע יאָרן אין אַ חסידישן שטעטל פֿאַרן חורבן; דאָס ערשטע יאָר פֿון דער מלחמה, און זײַנע איבערלעבונגען ווי אַ צוואַנג־אַרבעטער בײַ די דײַטשן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version