ווידעאָ: „אוי דאָרטן דאָרטן“ — אַ ליבעליד פֿאַר דער קאָראָנאַ־ווירוס־תּקופֿה WATCH: A Yiddish love song for the coronavirus era
אַזוי ווי דאָס פּאָרפֿאָלק אינעם ליד, זענען די מיטגלידער פֿון דער קאַפּעליע „פֿאָרשפּיל“ שטעקן געבליבן אויף ביידע זײַטן ים.
אין אויגוסט האָט די קאַפּעליע „פֿאָרשפּיל“ אַרויסגעלאָזט איר נײַעם אַלבאָם, „צוויי“. אין געוויינטלעכע אומשטענדן וואָלט די קאַפּעליע, מיט דער זינגערין סאַשע לוריא בראָש, גאַסטראָלירט איבער אייראָפּע. נאָר צוליבן קאָראָנאַ־ווירוס געפֿינען זיך אַלע מיטגלידער פֿון דער קאַפּעליע אויף אַנדערע ערטער: לוריא איז אין דײַטשלאַנד; איליע שנייווײַס, דער הויפּט־מוזיקער אין דער גרופּע, געפֿינט זיך אין ברוקלין, נ״י און די אַנדערע — אין לעטלאַנד. קען מען קיין געהעריקן מוזיק־ווידעאָ ניט מאַכן, שוין אָפּגערעדט פֿון אויפֿטרעטן צוזאַמען אויף אַ קאָנצערט.
פּאַסיק איז דערפֿאַר, וואָס די קאַפּעליע האָט רעקאָרדירט און אַרויסגעלאָזט דאָס טרויעריקע ליבעליד „אוי דאָרטן, דאָרטן“ ווי אַ מוזיק־ווידעאָ. אינעם ליד באַוויינט אַ פֿרוי, וואָס זי איז שטעקן געבליבן אויף איין זייט ים בעת איר באַשערטער געפֿינט זיך אויף דער צווייטער. אינעם ווידעאָ זעט מען אַז די קאַפּעליע האָט ניט פּרובירט צו באַהאַלטן, וואָס זיי געפֿינען זיך אין אַן ענלעכן מצבֿ — לוריא זינגט אויף איין אָרט בשעת שנייווײַס שפּילט באַנדזשאָ, גיטאַר, פֿלייט און אַ קלאַוויר אויף אַ צווייטן, און צווישן זיי זעט מען טאַקע — אַ ים.
אַפֿילו הײַנט, נײַן חדשים נאָכן אָנהייב פֿון דער פּאַנדעמיע, לייענט מען אין די צײַטונגען וועגן פּאָרפֿעלקער, וואָס קענען צוליבן קאָראָנאַ־ווירוס ניט זײַן צוזאַמען. הייסט עס, אַז אַ פֿאָלקסליד געשריבן אין אַ תּקופֿה ווען ס׳האָט געדויערט וואָכן לאַנג צו פֿאָרן איבערן אָקעאָן, איז ווידער, צום באַדויערן, אַקטועל.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO