ווידעאָ: אַן אַרבעטער־ליד מיט אַ לאַנגן ייִחוסWATCH: A labor song with a long history
לאָרין סקלאַמבערג, פּאָלינאַ שעפּהערד און דער כאָר, „אַ בעסערע וועלט“, זינגען אַ הימען אינספּירירט פֿון אַ בריטישן ראָמאַנטישן פּאָעטס אַ ליד.
די וואָך איז אַרויס אַ פּרעכטיקער ווידעאָ, אין וועלכן לאָרין סקלאַמבערג, פּאָלינאַ שעפּהערד און דער אַרבעטער־רינג־כאָר אין באָסטאָן, „אַ בעסערע וועלט“, זינגען חיים זשיטלאָווסקיס ליד „און דו אַקערסט“. דער אַרבעטער־הימען האָט זייער אַ לאַנגן ייִחוס, לענגער ווי אַלע אַנדערע ייִדישע אַרבעטער־לידער.
דער בריטישער ראָמאַנטישער פּאָעט פּערסי שעלי האָט אין 1820 אָנגעשריבן אַ ליד,Song to the men of England (ליד פֿאַר די ענגלישע מענער). אין 1864 האָט דער דײַטשישער רעוואָלוציאָנער דזשאָרדזש הערוועג געשאַפֿן אַ ליד Eurer sind viele, ihrer sind wenige (אײַערע זענען אַ סך, זייערע זענען ווייניק) אויפֿן סמך פֿון שעליס ליד, וואָס איז אַדאָפּטירט געוואָרן ווי דער הימען פֿונעם „אַלגעמיינעם דײַטשישן אַרבעטער־פֿאַראיין“.
אין די 1880ער יאָרן האָט דער ייִדישיסטישער פֿילאָסאָף און פּאָליטיקער חיים זשיטלאָווסקי איבערגעזעצט דאָס ליד אויף ייִדיש, צוגעבנדיק זײַן אומפֿאַרגעסלעכן רעפֿרען „קלינג קלאַנג, קלינג קלאַנג, קלאַפּט דער האַמער מיט זײַן געזאַנג“. לויט אַן אַרטיקל פֿון רות רובין, איז „און דו אַקערסט“ שוין אין די 1890ער יאָרן געווען פּאָפּולער סײַ אין די פֿאַבריקן פֿון דער רוסישער אימפּעריע, סײַ אין די שוויצשעפּער אויפֿן ניו־יאָרקער „איסט־סײַד“.
ניט נאָר ייִדן זענען דערמוטיקט געוואָרן פֿונעם ליד. ווען טעאָדאָר ביקעל איז אין 1965 אויפֿגעטראָטן פֿאַר עטלעכע הונדערט בירגעררעכט־מאַרשירער אין סעלמאַ, אַלאַבאַמע, מיט מאַרטין לוטער קינג בראָש, האָט ער געזונגען זײַן צוויישפּראַכיקן נוסח פֿונעם ליד, וואָס מע קען הערן אונטן. לויט ביקעל, איז דאָס ליד אַלעמען שטאַרק געפֿעלן געוואָרן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO