אָנלײַן־פֿאָרום וועגן קאָראָנאַ־ווירוס וועט פֿאָרקומען אויף ייִדישOnline forum about COVID-19 to take place in Yiddish
שלום בערגער, אַ דאָקטער, און גאָלדי לאַנדאַו, אַ נויטפֿאַל־טעכניקערין, וועלן ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿונעם עולם בשעת אַ קאַפּיטל „ווײַבערטײַטש“
די צאָל קאָראָנאַ־ווירוס פֿאַלן שטײַגט שוין ווידער אין די חרדישע געגנטן פֿון ניו־יאָרק און די פֿאַרגאַנגענע וואָך זײַנען אין באָראָ־פּאַרק אויסגעבראָכן אומרוען איבער דעם אופֿן ווי אַזוי די רעגירונג רעאַגירט אויף דעם.
צוליב דעם וואָס עס פֿאַרשפּרייטן זיך הײַנט אַ סך קלאַנגען און אומפֿאַרלאָזלעכע ידיעות וועגן קאָוויד־19, האָט סאָסיע פֿאָקס, פֿונעם פֿעמיניסטישן פּאָדקאַסט „ווײַבערטײַטש”, באַשלאָסן אַז ס׳איז וויכטיק צו געבן דעם עולם פּינקטלעכע און פֿאַרלאָזלעכע אינפֿאָרמאַציע וועגן דער מגפֿה.
מאָנטיק, דעם 19טן אָקטאָבער, 5:30 פֿאַרנאַכט, וועט „ווײַבערטײַטש“ טראַנסמיטירן דורך „פֿייסבוק־לײַוו“ אַ ספּעציעלן פֿאָרום, אין וועלכן צוויי ייִדיש־רעדנדיקע מעדיצינישע אַרבעטער וועלן ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿונעם עולם וועגן דעם קאָראָנאַ־ווירוס. עס וועלן אָנטייל נעמען: גאָלדי לאַנדאַו — אַ קרית־יואל־דערצויגענע נויטפֿאַל־טעכניקערין, וואָס לערנט זיך אויף קראַנקן־שוועסטער אין „דזשאָנס־האָפּקינס“־אוניווערסיטעט, און שלום בערגער — אַ דאָקטער בײַם „דזשאָנס־האָפּקינס“־שפּיטאָל אין באַלטימאָר.
מע בעט דעם עולם אַרײַנצושיקן פֿראַגעס פֿון פֿריִער (אויף ייִדיש, ענגליש אָדער העברעיִש) דורכן שיקן אַ בריוול דאָ. מע וועט אויך קענען שטעלן פֿראַגעס דורך „פֿייסבוק־לײַוו“ בשעת דער פּראָגראַם.
דעם ספּעציעלן קאַפּיטל וועט מען קענען הערן דירעקט אויף דער „ווײַבערטײַטש־פֿייסבוק־זײַט“ און שפּעטער אויף דער וועבזײַט פֿון „ווײַבערטײַטש“. מע וועט אים אויך קענען שפּעטער באַקומען דורך ”אײַ־טונס“.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO