Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ קווירער ייִדישיסטישער, אַנאַרכיסטישער קאַפֿע וועט זיך באַלד עפֿענען אין גלאַסגאָA queer, Yiddish, Anarchist cafe to open soon in Glasgow

קונים פֿונעם וועגאַנישן קאַפֿע וואָס זענען אויף פֿינאַנציעלע צרות וועלן באַצאָלן בלויז וויפֿל זיי קענען אויספֿירן.

במשך פֿון די קומעדיקע פּאָר חדשים פּלאַנירט מען צו עפֿענען אַ קווירן אַנאַרכיסטישן קאַפֿע אין דרום־גלאַזגיי, שאָטלאַנד וואָס שטיצט די ייִדישע שפּראַך און קולטור. דער קאַפֿע וועט הייסן „די ראָזעווע פּאַווע‟.

דערווײַל האָבן די צוויי גרינדער פֿונעם קאַפֿע, מאָרגאַן האָלעב (מישע, אויף ייִדיש) און דזשאָו אײַזעק (יאָסל איציק), וואָס זײַנען ביידע קווירע ייִדן, שווער געהאָרעוועט צוצושטעלן מאָלצײַטן בעת דער פּאַנדעמיע צו די אָרטיקע אײַנוווינער, דורך זייער „צאָלט-וויפֿל-איר-קענט‟ באַדינונג. דאָס עסן איז וועגאַניש, כּשר און כאַלאַל, כּדי צו באַפֿרידיקן פֿאַרשידענע מינים קונים. 

cafe 2

כאָטש מע האָט נאָך נישט געעפֿנט דעם קאַפֿע האָבן מאָטל און יאָסל אַ צאָל אײַנפֿאַלן וועגן דעם. למשל, כאָטש דער קאַפֿע וועט זײַן אָפֿן ביז שפּעט בײַ נאַכט, וועט מען דאָרט נישט סערווירן קיין אַלקאָהאָל. דערווײַל האַלטן זיי בײַם צונויפֿשטעלן אַ צוויי־שפּראַכיקע וועבזײַט וואָס וועט דערקלערן די הויפּט־פּרינציפּן פֿונעם קאַפֿע. דער עיקר — סאָלידאַריטעט, צוטריטלעכקייט און קווירע באַפֿרײַונג. זיי שטעלן אויך מעלדונגען וועגן דעם קאַפֿע אויף אינסטאַגראַם און טוויטער.

ווען איך האָב זיך דערוווּסט וועגן דעם פּראָיעקט האָט עס מיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט, און בפֿרט האָב איך געוואָלט הערן וועגן זייער באַציִונג צו ייִדיש. טאַקע דורך ייִדיש האָב איך זיך פֿאַראַיאָרן באַקענט מיט מישאַן, ווען מיר האָבן זיך ביידע געלערנט אין דער זומער־פּראָגראַם „ייִדיש אין בערלין‟, אָנגעפֿירט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק.

בעת אַ „זום‟־שמועס לעצטנס מיט מישען און יאָסלען, האָב איך זיך דערוווּסט אַז די צוויי גרינדער האַלטן ייִדיש פֿאַר אַ וויכטיקן טייל פֿון זייער קולטור־ירושה. „מיר זײַנען ביידע אַשכּנזישע ייִדן און ייִדיש איז די שפּראַך פֿון אונדזערע פֿריִערדיקע דורות,‟ האָט מישע געזאָגט. „בײַ אונדז איז קלאָר ווי דער טאָג אַז נאָכן חורבן איז דאָס רעדן ייִדיש געוואָרן אַ פּאָליטישער אַקט — אַן אופֿן צו באַקעמפֿן די אַסימילאַציע.

„איך מיין אַז די בעסטע ייִדישע ליטעראַטור איז דאָס וואָס די לינקע שרײַבערס האָבן געשאַפֿן,‟ האָט מישע צוגעגעבן. ער האַלט בײַם צונויפֿשטעלן אַ זאַמלונג ייִדישע לידער פֿון ווידערשטאַנד, וואָס וועט אַרײַננעמען לידער אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן; ס’רובֿ פֿון זיי — אויף ייִדיש.

מישע האָט דערציילט אַז איידער ער האָט שטודירט ייִדיש אין בערלין, האָט ער אַליין זיך געלערנט די שפּראַך, ניצנדיק לילי קאַנס לערנבוך, Colloquial Yiddish. איצטער גיט ער יאָסלען ייִדיש־לעקציעס.

מישע איז אויך טעטיק אין אַ ייִדיש־לייענקרײַז וואָס טרעפֿט זיך איין מאָל אַ וואָך אין עדינבאָראָ. אַ פּאָר שעה פֿאַר אונדזער טרעפֿונג האָבן זיי זיך געטראָפֿן צו לייענען לידער פֿונעם סאָוועטיש־ייִדישן פּאָעט לייב קוויטקאָ. מישע און יאָסל פֿאַראינטערעסירן זיך מיט כּלערליי זאַכן וואָס קומען פֿאָר אויף ייִדיש ווי, צום בײַשפּיל, דעם פֿעמיניסטישן פּאָדקאַסט אויף ייִדיש, „ווײַבערטײַטש‟.

במשך פֿונעם לעצטן חודש האָבן די גרינדער באַקומען ווינטשעוואַניעס, אויף ייִדיש און אויף ענגליש, פֿון ייִדישיסטן און קווירע ייִדן איבער דער וועלט. איינער האָט געשריבן: „איך בין אַ קווירער אַטעיִסטישער אַשכּנזישער ייִד אין עדינבורג און איך וויל אײַך זאָגן אַז אַלץ וואָס איר טוט מיט ׳די ראָזעווע פּאַווע׳ גיט מיר אַ סך האָפֿענונג! בײַ מיר זענט איר ממש העלדן. איך האָב זיך תּמיד געפֿילט עלנט ווי אַ ייִד אין עדינבורג (אַ גוייש אָרט בײַ מיר) און דערפֿאַר פֿרייט עס מיך צו הערן וואָס איר טוט דאָ, אַזוי נאָענט צו מיר.‟

אַ טייל מענטשן האָבן אָבער געהאַט טענות, וואָס דער ייִדישער טעקסט אויף זייער וועבזײַט איז שטאַרק פֿאַרגרײַזט. מישע זאָגט אַז ער באַמיט זיך צו פֿאַרבעסערן זײַן ייִדיש אָבער ער האַלט אַז דאָס דאַרף זיי ניט צוריקהאַלטן פֿון רעדן דאָס לשון פֿון זייערע אָבֿות און אמהות. .   ווען דער קאַפֿע וועט זיך פֿיזיש עפֿענען וועט דער מעניו און אַלע שילדן זײַן אויף ייִדיש און ענגליש, און מע וועט אַפֿילו קענען באַשטעלן דאָס עסן בײַם סאַרווער אויף ייִדיש. זיי האָפֿן אַז דער קאַפֿע וועט ווערן אַ צענטער פֿון ייִדישע אונטערנעמונגען און „צאָלט-וויפל-איר-קענט‟ ייִדיש־קלאַסן, ווי אויך לעקציעס וועגן ייִדיש.

דאָס קאַווע־הויז וועט זײַן דער ערשטער ייִדיש־צענטער אין גרויס־בריטאַניע ווײַל כאָטש עס זײַנען דאָ אַ סך ערטער זיך צו לערנען ייִדיש איבערן לאַנד, איז ניטאָ קיין אָרט סתּם צו פֿאַרברענגען אויף ייִדיש. מישע האָט אויך דערקלערט אַז עס איז ניטאָ קיין פֿיזיש אָרט פֿאַר קווירע ייִדישיסטן און אַז די ייִדישיסטישע וועלט אין אָפֿט ניט באַוווּסטזיניק וועגן די קווירע באַדינגונגען, שוועריקייטן און זייער מענטשנרעכט צו לעבן פֿרײַ ווי קווירע לײַט.   מיט דעם אין זינען האָט מישע, צוזאַמען מיט די קווירע ייִדישיסטישע אַקטיוויסטן אַליס צ’ע און שׂרה בערענשטיין, אַרויסגעגעבן אַ ווידעאָ אויף ייִדיש אין וועלכן זיי דערקלערן וויכטיקע באַגריפֿן וועגן טראַנסקייט און קעמפֿן קעגן טראַנספֿאָביע אין די פֿאַרשידענע לענדער וווּ זיי געפֿינען זיך: קאַלענינגראַד, שאָטלאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. מישע האַלט שטאַרק פֿון אַליסעס און שׂרהס אַרבעט און האָפֿט אַז דער קאַפֿע וועט ווערן אַ מקום־מקלט פֿאַר קווירע לײַט.

מישע און יאָסל האָבן נאָענטע באַציִונגען ניט נאָר מיט קווירע אַקטיוויסטן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און רוסלאַנד, נאָר זײַנען אויך מיטגלידער פֿון „ירן-דשו‟ — אַן אָרטיקע גרופּע פֿון ייִדישע אַנאַרכיסטן פֿון שאָטלאַנד — וואָס האָט נאָר וואָס געוווּנען אַ שווערן קאַמף צו ראַטעווען די „לאַנגסײַד שיל‟, אן אַלטע סינאַגאָגע אין גלאַסגיי וואָס איז געווען אין אַ סכּנה פֿון אַראָפּגעריסן ווערן. אַ דאַנק די אַקטיוויסטן איז די געבײַדע באַצייכנט געוואָרן ווי אַ „C בנין‟: דאָס הייסט, מע טאָר עס ניט חרובֿ מאַכן, ווי מע האָט געטאָן מיט אַנדערע אַלטע שילן אין שאָטלאַנד און ענגלאַנד.

איך האָף אַז ס׳וועט אין גיכן קומען אַ סוף צו דער פּאַנדעמיע, וועט מען שוין קענען עפֿענען דעם קאַפֿע און מענטשן פֿון אומעטום וועלן קענען זיך אַרײַנכאַפּן צו „די ראָזעווע פּאַווע‟, טרינקען אַ קאַווע מיט די שאָטלענדער ייִדישיסטן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Explore

    Most Popular

    In Case You Missed It

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.