פֿאַר וואָס איך, אַ מוסולמענער אין טערקײַ, זאַמל פּאָסטקאַרטלעך וועגן חורבןWhy I, a Muslim in Turkey, collect postcards about the Holocaust
אַ 22־יאָריקער וועטערינאַר־סטודענט באַדויערט די שׂינאה צו ייִדן וואָס ער זעט אין זײַן לאַנד.
אַ מאָל קען אַפֿילו אַ קליינער באַשלוס אין גאַנצן בײַטן אַ מענטשנס לעבן.
אַזוי איז געווען ווען איך האָב באַשלאָסן צו זאַמלען פּאָסטקאַרטלעך פֿאַרבונדן מיטן חורבן. דאָס וואָלט אפֿשר נישט געווען אַזוי מערקווערדיק ווען איך וואָלט געווען אַ ייִד, אָבער איך בין דערצויגן געוואָרן בײַ אַלבאַניש־געבוירענע מוסולמענער אין טערקײַ, אַ לאַנד וווּ ס׳רובֿ מענטשן ווייסן גאָרנישט וועגן דער ייִדישער געשיכטע, קולטור אָדער וועגן דעם חורבן.
אָנגעהויבן האָט זיך עס מיט נײַן יאָר צוריק, ווען כ׳בין געווען אַ ייִנגל פֿון 13 יאָר. מײַן שוועסטערקינד האָט מיר געהייסן קוקן דעם פֿילם „דער פּיאַניסט‟, וועגן אַ ייִדישן פּיאַניסט אין וואַרשע אונטער די נאַציס. דער פֿילם האָט געמאַכט אַ טיפֿן רושם אויף מיר. כ׳האָב נישט געקענט פֿאַרשטיין ווי אַזוי מענטשן קענען טאָן אַזוינע שרעקלעכע זאַכן צו זייערע ברידער און שוועסטער.
כ׳האָב געפֿרעגט די מאַמע וועגן דעם גענאָציד קעגן די ייִדן אָבער זי האָט אַליין נישט געוווּסט קיין סך וועגן דעם ווײַל מיר לערנען זיך דאָס נישט אין די געשיכטע־קלאַסן אין שול. האָב איך גענומען פֿאָרשן די טעמע אויף דער אינטערנעץ אָבער אויף טערקיש איז כּמעט גאָרנישט געווען וועגן דעם. ס׳רובֿ אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם חורבן איז געווען אויף ענגליש. האָב איך זיך אונטערגענומען צו לערנען ענגליש. דערנאָך האָב איך געפֿונען טערקישע מקורים אויף דער וועבזײַט פֿונעם אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן און דאָס האָט מיר שטאַרק אַרויסגעהאָלפֿן.
ווען איך האָב דערציילט מײַנע באַקאַנטע וועגן מײַנע באַמיִונגען זיך צו לערנען וועגן דעם חורבן אויף די ייִדן האָבן אַ טייל מענטשן מיך שאַרף קריטיקירט פֿאַרן זײַן פֿאַראינטערעסירט אין דער ייִדישער געשיכטע און קולטור. ווען כ׳האָב דערפֿילט אַז ס׳ווערט שוין אַ ביסל געפֿערלעך צו דערציילן מענטשן וועגן דעם, האָב איך אָנגעהויבן לייענען די ביכער בסוד.
אָבער אַ סך מענטשן איז געפֿעלן געוואָרן וואָס איך טו ווײַל ס׳איז אַזאַ אומגעוויינטלעכע טעמע אין טערקײַ. געוויסע פֿרײַנד און לערער האָבן מיך אָנגעהויבן שטעלן פֿראַגעס וועגן דעם חורבן ווײַל ביז דעמאָלט האָבן זיי געהערט בלויז שלעכטע זאַכן וועגן די ייִדן. דאָס האָט מיך נאָך מער געמוטיקט ווײַל כ׳בין געווען צופֿרידן וואָס מענטשן הייבן אָן צו זען צו וואָס דיסקרימינאַציע קען דערפֿירן.
אין גיכן האָבן מײַן מאַמע און שוועסטער זיך אַליין פֿאַראינטערעסירט אין דער ייִדישער געשיכטע און מיר האָבן אָנגעהויבן רעדן אַ סך וועגן געשיכטע בכלל. אין מיטלשול האָב איך פֿאַרבעסערט מײַן קענשאַפֿט פֿון ענגליש און באַלד האָב איך שוין געלייענט אַרטיקלען און ביכער, געקוקט אויף דאָקומענטאַר־פֿילמען און די גבֿית־עדות פֿון די לעבן געבליבענע. ס׳איז עד־היום איז אוממעגלעך צו געפֿינען ביכער וועגן דעם חורבן אין טערקײַ.
בשעת מײַן פֿאָרשונג האָב איך זיך דערוווּסט וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין טערקײַ, וואָס מע לערנט בלויז אַ ביסל וועגן דעם אין שול. במשך פֿון די רדיפֿות קעגן די ייִדן אין שפּאַניע אין 1492 האָבן אַ סך ייִדן געפֿונען אַ היים אין די טעריטאָריעס פֿון דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע און הונדערטער יאָרן געלעבט בשלום מיט זייערע שכנים.
כ׳האָב זיך אויך דערוווּסט אַז אַ סך ייִדן זענען געראַטעוועט געוואָרן פֿון די נאַציס דורך צוויי טערקישע דיפּלאָמאַטן. דער טערקישער קאָנסול אויפֿן גריכישן אינדזל ראָדאָס, סעלאַהאַטין אולקומען, האָט געראַטעוועט 50 ייִדן און נעקדעט קענט, דער וויצע־קאָנסול אין מאַרסיי, פֿראַנקרײַך האָט צווישן 1941 און 1944 באַזאָרגט צענדליקער טערקישע ייִדן אין פֿראַנקרײַך מיט בירגער־דאָקומענטן כּדי זיי צו ראַטעווען פֿון דעפּאָרטאַציע אין די נאַציסטישע גאַזקאַמערן. טערקײַ האָט אַפֿילו אַרויסגעלאָזט מאַרקעס אָפּצומערקן די העלדישקייט פֿון די דיפּלאָמאַטן וואָס זענען הײַנט אָנערקענט בײַ יד־ושם ווי „חסידי אומות העולם‟.
ווען איך בין געווען 17 יאָר אַלט האָט מײַנער אַ ישׂראלדיקער „פֿייסבוק‟־פֿרײַנד מיר געשיקט אַ פּאָסטקאַרטל פֿון יד־ושם און דאָס האָט מיך אינספּירירט אַליין צו זאַמלען פּאָסטקאַרטלעך פֿאַרבונדן מיטן חורבן, אָבער צוליב דעם וואָס פּאָסטקאַרטלעך זענען הײַנט מער נישט אַזוי פּאָפּולער ווי אַמאָל איז מיר אָנגעקומען שווער זיי צו געפֿינען.
און דערנאָך, פֿאַראַיאָרן זומער, האָבן מײַן בעסטער חבֿר און איך באַשלאָסן צו פֿאָרן איבער אייראָפּע מיט אונדזערע רוקזעק. דאָרט האָב איך באַזוכט אַ סך חורבן־דענקמעלער. אויף די בערלינער גאַסן האָב איך געזען אַ סך שטאָלפּערשטיינער — די בעטאָנענע קובן מיט מעשענע טאָוולען וווּ ס׳זענען אײַנגעקריצט די נעמען און לעבן־דאַטעס פֿון מענטשן אומגעבראַכט פֿון די נאַציס. יעדעס מאָל וואָס איך האָב דערזען אַ שטאָלפּערשטיין האָב איך זיך אָפּגעשטעלט כּדי איבערצולייענען און פֿאָטאָגראַפֿירן וואָס עס שטייט געשריבן. כ‘האָב דערפֿילט ווי מע קוקט מיך אָן פֿאַרחידושט.
ווען כ׳בין געווען אין אַמסטערדאַם האָב איך זיך נישט געקענט דערוואַרטן אַרײַנצוגיין אין אַנאַ פֿראַנקס הויז. איך האָב בײַ מיר עטלעכע פּאָסטקאַרטלעך מיט בילדער פֿון אַנאַ פֿראַנק און איר הויז און כ׳האָב דרײַ מאָל שוין איבערגעלייענט איר טאָגבוך. צום באַדויערן האָב איך נישט געקענט אַרײַן ווײַל די ריי איז געווען זייער אַ לאַנגע און איך האָב שוין געדאַרפֿט אָפּפֿליִען. איידער איך בין אַוועק פֿון דאָרט האָב איך אָנגערירט די ווענט פֿון הויז מיט מײַנע פֿינגער און געטראַכט וועגן אַנאַ און די אַנדערע מענטשן וואָס האָבן דאָרט געוווינט מיט איר.
זינט איך האָב אָנגעהויבן פֿאָרשן דעם חורבן איז איינער פֿון מײַנע צילן געווען צו באַזוכן פּוילן. פּונקט איידער ס׳האָט אויסגעבראָכן דער פּאַנדעמיק האָט מײַן שול אָרגאַניזירט אַ וואָך־לאַנגן וויזיט קיין לובלין. כ׳האָב געוווּסט אַז דאָס וועט זײַן אַ גוטע געלעגנהייט צו פֿאַרטיפֿן מײַן קענשאַפֿט וועגן דעם חורבן און אויך צו פֿאַרגרעסערן מײַן פּאָסטקאַרטל־קאָלעקציע. מײַדאַנעק איז געווען אין לובלין און די שטאָט האָט גוט אויפֿגעהאַלטן אירע היסטאָרישע ערטער. גייענדיק אויף די גאַסן האָב איך אָנגערירט די ווענט, בפֿרט אויף די הײַזער פֿונעם אַלטן קוואַרטאַל ווײַל דאָס זענען געווען די זעלבע געבײַדעס וואָס זענען אַמאָל געשטאַנען אין געטאָ. יעדער בנין און יעדע גאַס האָט געהאַט אַ ייִדישע געשיכטע. אויף די פֿענצטער פֿון די הײַזער וואָס שטייען אויפֿן אָרט פֿונעם אַמאָליקן געטאָ זענען געהאָנגען גרויסע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די מענטשן וואָס האָבן דאָרט געוווינט און שפּעטער דערהרגעט געוואָרן פֿון די נאַציס.
אין אַ סוּוועניר־קראָם האָב איך געפֿונען אַ פּאָסטקאַרטל פֿון מײַדאַנעק אָבער כ׳האָב דערפֿילט אַז איך מוז אַליין פֿאָרן גיין מײַדאַנעק. צו באַזוכן אַן אומברענג־לאַגער איז זייער שווער. דער טורפֿירער האָט אונדז איבערגעגעבן אַלע פּרטים און איז געווען איבערראַשט וואָס איך ווייס כּמעט אַלץ וועגן וואָס ער האָט גערעדט.
גייענדיק איבערן שטעטל האָב איך געזוכט אַן אָרט וווּ מע פֿאַרקויפֿט פּאָסטקאַרטלעך. סוף־כּל־סוף האָב איך געפֿונען אַ סוּוועניר־געשעפֿט מיט פּאָסטקאַרטלעך וואָס ווײַזן יעדעס אָרט אינעם אומברענג־לאַגער. ווען איך האָב געקויפֿט עטלעכע פֿון זיי האָט דער הענדלער אויסגעזען פֿאַרחידושט ווײַל ער האָט קיין מאָל נישט געזען אַז עמעצער זאָל זיך פֿאַראינטערעסירן אין יענע קאַרטלעך. איך בין אָבער זיכער אַז דאָס איז דער בעסטער אופֿן צו לערנען אַנדערע וועגן דעם חורבן.
איצט האָב איך צוויי צילן. איינער איז צו באַזוכן ישׂראל, בפֿרט ירושלים און יד־ושם. כ׳וויל זיך אויך לערנען העברעיִש און ייִדיש אָבער איך ווייס אַז דאָס וועט נישט זײַן גרינג. דערווײַל הער איך זיך צו צו לידער ווי „התּיקווה‟ און „ירושלים של זהבֿ‟ און איך קוק אויף די טעגלעכע יו־טובס פֿונעם פֿאָרווערטס, Yiddish Word of the Day.
מײַן צווייטער ציל: צו פֿאָרן אינעם אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן און אפֿשר אַפֿילו אַרבעטן דאָרט ווי אַ וואָלונטיר. אין פֿאַרגלײַך מיט לענדער ווי מײַנס, טוט אַמעריקע אַ סך צו פֿאַרזיכערן אַז מע זאָל דעם חורבן אייביק געדענקען.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO