מזל־טובֿ! זשורי פֿון ישׂראלדיקן דערציילונג־קאָנקורס 2020 מעלדט די געווינער (מיט אוידיאָ)Mazel tov! Jury of 2020 Israeli Yiddish story contest announces the winners (includes audio)
דערוויסט זיך ווער עס זענען די קאָנקורס־געווינער און אַ ביסל וועגן זייער הינטערגרונט.
מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.
די וואָך האָט די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, אַן אָפּטייל פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג, געמאָלדן די דרײַ געווינער פֿון איר הײַיאָריקן קאָנקורס פֿאַר די בעסטע דערציילונגען אויף ייִדיש. די פּרעמירטע זענען לייבל באָטוויניק, רות לעווין און אַלכּסנדר פֿיש.
אין פֿאַרגלײַך מיט פֿאַראַיאָרן, ווען מע האָט באַשטימט אַן ערשטן פּריז, אַ צווייטן און אַ דריטן, זענען די דרײַ הײַיאָריקע פּרעמיעס גלײַך: יעדער מחבר וועט באַקומען 2,000 שקל (בערך 590 אַמעריקאַנער דאָלאַר).
די דרײַ דערציילונגען וועלן אָפּגעדרוקט ווערן אינעם פֿאָרווערטס, איין טאָג נאָך אַנאַנד, אָנהייבנדיק פֿון מאָנטיק, דעם 19טן אָקטאָבער.
לייבל באָטוויניק, אַ מאָנטרעאָל־געבוירענער טעכנישער שרײַבער אין אַ הײַ־טעק־פֿירמע, וואָס וווינט הײַנט אין תּל־מונד, האָט געוווּנען פֿאַר זײַן דערציילונג, „פֿלי, פֿאַרבן-פֿלאַטערל, פֿלי!‟. דאָס איז נישט די ערשטע פּרעמיע בײַם 61־יאָריקן באָטוויניק; אין 1976 האָט ער באַקומען אַ פּרעמיע פֿונעם קאַנאַדער ייִדישן קאָנגרעס. ער איז אויך דער מחבר פֿונעם בוך „די געהיימע שליחות: אַ פֿאַנטאַסטישע דערציילונג‟, וואָס איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין 1980.
רות לעווין, וואָס איר דערציילונג הייסט „אַ רײַזע פֿון טשערנאָוויץ קיין קיִעוו‟, איז אַ באַקאַנטע ייִדישע זינגערין און די טאָכטער פֿונעם טשערנאָוויצער אַקטיאָר, זינגער און קאָמפּאָזיטאָר, לייבו לעווין. אַ געבוירענע אין מאָסקווע אין 1958, וווינט לעווין הײַנט אין ירושלים. זי אַרבעט ווי אַן איבערזעצערין פֿון ייִדישער און העברעיִשער פּאָעזיע און איז אַליין אַ פּאָעטעסע אויף ייִדיש און רוסיש. זי איז אויך די געווינערין פֿונעם קאַנאַדער „סעגאַל־פּריז‟.
אַלקסנדר פֿיש, דער מחבר פֿון דער דערציילונג „די דריי בריוו וואָס פֿעליקס האָט געשריבן בנימינען‟, איז אַ זינגער און קאָמפּאָזיטאָר וואָס איז אַקטיוו אין די פֿירנדיקע ישׂראלדיקע טעאַטערס, ווי אויך אַ ייִדיש־לערער. ער וווינט מיט זײַן משפּחה אין באר־שבֿע וווּ ער פּאַסט אויף אויף בינען און אַנדערע חיות און נייט צונויף זײַנע אייגענע קליידער.
אויב די תּקנות אײַנצוצאַמען דעם קאָראָנאַ־ווירוס וועלן דערלויבן, וועט די צערעמאָניע אויסצוטיילן די פּרעמיעס פֿאָרקומען דעם 1טן דעצעמבער אין תּל־אָבֿיבֿ. בײַ דער געלעגנהייט וועט מען אויך אויסטיילן אַ לעבנסווערק־אויסצייכענונג דעם זינגער, אַקטיאָר און חזן — דודו פֿישער און דעם מוזיקער און קאָמפּאָזיטאָר — דניאל גלאַי.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO