בריװ פֿון אַן אוקראַיִנישן שטעטל אַנטפּלעקן אַ דראַמאַטישע משפּחה־געשיכטעLetters from a Ukrainian shtetl tell a dramatic family story
עליסאַ בראָדינסקי מילער וועבט צונױף דעם הײַנט און דעם עבֿר דורך אַ פֿאָרשונג פֿון איר פֿאָטערס קינדער־יאָרן.
אַ בינטל בריװ װאָס מע גיט איבער בירושה דינט װי אַ גוטער תּירוץ אַון אַ יסוד פֿאַר אַ װײַטערדיקער אױספֿאָרשונג אין דער אײגענער משפּחה־געשיכטע.
אַזױ הײבט זיך אָן דאָס בוך פֿון עליסאַ בראָדינסקי מילער, „װען אײַז פֿליסט מיטן טײַך, װעל איך קומען אַ הײם‟. איר טאַטע, בנימין בראָדינסקי, איז געבױרן געװאָרן אין דער שטאָט האָרעדישטש, אוקראַיִנע אין 1910. װען ער איז געװען פֿיר יאָר אַלט, איז זײַן פֿאָטער אלי אַװעק קײן אַמעריקע. אין דער הײם זײַנען פֿאַרבליבן אליס פֿרױ מאַניע מיט זעקס קינדער.
אלי האָט בדעה געהאַט זײ אַריבערצופֿירן מעבֿר־לים װען ער װעט זיך שטעלן אױף די פֿיס אין דער „גאָלדענער מדינה‟. אָבער די געשיכטע האָט זיך אַרײַנגעמישט בגװאַלד אינעם דאָזיקן פּלאַן. ס׳האָט אױסגעבראָכן די ערשטע װעלט־מלחמה, דערנאָך איז פֿאָרגעקומען די רוסישע רעװאָלוציע און די מלחמות אין אוקראַיִנע צװישן די רױטע, די װײַסע, די אוקראַיִנער און די פּאָליאַקן מיט בלוטיקע פּאָגראָמען. ערשט אין 1922 האָט זיך אליס פֿרױ מיט קינדער סוף־כּל־סוף אײַנגעגעבן צו קומען צו איר מאַן.
די בריװ, װאָס מאַניע און די קינדער האָבן געשריבן אלין, דערצײלן װעגן זײערע טאָג־טעגלעכע דאגות און צרות. דאָס רובֿ בריװ זײַנען אָנגעשריבן אױף רוסיש צוליב דער רוסישער מיליטערישער צענזור, װאָס האָט פֿאַרװערט צו נוצן דעם ייִדישן כּתבֿ. לכתּחילה איז די לאַגע פֿון דער משפּחה געװען ניט שלעכט. האָרעדישטש איז געװען אַ לעבעדיקער האַנדל־צענטער צוליב די אײַזנבאַן־פֿאַרבינדונגען מיט קיִעװ און אָדעס. די משפּחה בראָדינסקי האָט פֿאַרמאָגט אַ קראָם, און אײניקע קרובֿים האָבן געאַרבעט אױף דער צוקער־פֿאַבריק.
אָבער מיט דער צײַט איז דאָס יקרות שטאַרק געװאַקסן, עס איז געװאָרן שמאָל מיט סחורה, און דאָס געלט, װאָס אלי האָט געקענט איבערשיקן פֿון אַמעריקע, האָט פֿאַרלױרן זײַן װערט איבער דער אינפֿלאַציע. די קאָנטאַקטן האָבן זיך איבערגעריסן נאָך דער רעװאָלוציע אין רוסלאַנד און ערשט אין 1922, נאָך האַרבע באַמיִונגען, האָט די משפּחה געקאָנט פֿאַרלאָזן סאָװעטן־רוסלאַנד און פֿון לעטלאַנד — אַװעק קײן ניו־יאָרק.
בנימין בראָדינסקי האָט איבערגעגעבן דער טאָכטער לעבעדיקע זכרונות װעגן זײַנע קינדער־יאָרן אין האָראָדישטש. די משפּחה האָט דאָרט איבערגעלעבט צװײ פּאָגראָמען, אין 1919 און אין 1920. דער צװײטער פּאָגראָם איז געװאָרן װעלט־באַקאַנט צוליב פּרץ מאַרקישס עקספּרעסיאָניסטישער פּאָעמע „די קופּע‟. מאַרקיש אַלײן האָט ניט באַזוכט האָראָדישטש. ער האָט גענוצט דעם דאָזיקן פּאָגראָם װי אַ סימבאָל פֿאַר אַלע ייִדישע יסורים אין אוקראַיִנע. בראָדינסקי, װאָס איז דעמאָלט געווען צען יאָר אַלט, דערצײלט װי זײַן משפּחה, אין אײנעם מיט אַנדערע ייִדן, זײַנען בײַ נאַכט אַנטלאָפֿן צו פֿוס פֿונעם ברענענדיקן שטעטל, װאָס ער האָט מער קײן מאָל ניט געזען.
בנימין בראָדינסקי האָט געהאַט אַ ליטעראַרישן און קינסטלערישן טאַלאַנט. װי אַ יונגערמאַן האָט ער געדרוקט זײַנע צײכענונגען און אַרטיקלען אין ייִדישע צײַטונגען, און אין 1931 האָט ער געװוּנען אַ פּריז פֿון פֿופֿציק דאָלאַר פֿון פֿאָרװערטס פֿאַר אַן ענגלישן עסײ אױף דער טעמע „איך בין אַ ייִד און אַן אַמעריקאַנער‟. דעמאָלט איז ער געװען אַ סטודענט אינעם אוניװערסיטעט פֿון דעלאַװער, װײַט פֿון דער ייִדישער סבֿיבֿה. ער האָט ניט געפֿילט קײן אַנטיסעמיטיזם אין קאָלעדזש, אָבער עס זײַנען געװען מאָמענטן, װען ער האָט שטאַרק דערפֿילט זײַן אַנדערשקײט:
„אינעם קלאַס פֿון דער אַמעריקאַנער געשיכטע, װען איך האָב ספֿקות אין די גוטע מידות פֿון אַ קאָלאָניאַלן שמוגלער אָדער װען איך בין סקעפּטיש לגבי דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק בעת דער מלחמה קעגן מעקסיקע, קערט דער גאַנצער קלאַס זיך אום כּדי אַ קוק צו טאָן אױף דעם דאָזיקן כּופֿר.‟ װי אַ ייִד, פֿילט ער זיך פֿרעמד צװישן די אַמעריקאַנער: „איך בין ניט אײנער פֿון ‘זײ’. איך פֿיל דאָס: זײ פֿילן דאָס‟. צו זײַן אַ ייִד און אַן אַמעריקאַנער הײסט צו זײַן אי אַ פֿרעמדער אי אַן אײגענער: „מײַן ייִדישקײט איז אין דעם, װאָס איך בין אַנדערש; מײַן אַמעריקאַנישקײט איז אַ פּרוּװ צו זײַן װי אַלע אַנדערע.‟
דאָס בוך ברענגט צונױף צװײ משפּחה־געשיכטעס, דעם פֿאָטערס און דער טאָכטערס. די מחברטע לײענט די באָבע־זײדעס בריװ און פּרוּװט זיך פֿאָרצושטעלן זײערע דערפֿאַרונגען און די איבערלעבונגען װי אירע אײגענע. אײנצײַטיק טראַכט זי װעגן איר אייגן לעבן. אירע קינדער־יאָרן זײַנען ניט געװען קיין גליקלעכע װײַל אירע עלטערן האָבן זיך צעשיידט װען זי איז נאָך געװען אַ קינד. זי האָט צװײ מאָל חתונה געהאַט, אױך — אָן קײן סך מזל. זי האָט געװידמעט איר קאַריערע דער פֿאָרשונג פֿון דער רוסישער װירטשאַפֿט אין סיביר.
אין די 1990ער יאָרן, נאָך דעם פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, האָבן די אַמעריקאַנער קאָמפּאַניעס און מלוכישע אינסטיטוציעס גענומען אַנטװיקלען עקאָנאָמישע פּראָיעקטן אין רוסלאַנד אױף יענער זײַט פֿונעם פּאַציפֿישן אָקעאַן, און עליסאַ בראָדינסקי מילער איז געװאָרן אַ מומחה אױף דעם דאָזיקן געביט. אױף אַזאַ אופֿן איז זי כּלומרשט צוריקגעקומען צו אירע רוסישע װאָרצלען פֿון מיזרח־זײַט. איר זײדע פֿון דער מאַמעס צד איז פֿאַרשיקט געװאָרן קײן סיביר דורך דער צאַרישער פּאָליצײ פֿאַר זײַן רעװאָלוציאָנערער טעטיקײט, און דערנאָך האָט ער אימיגרירט קײן אַמעריקע.
דער מחברטעס אײגענע ביאָגראַפֿיע דינט װי אַ שפּאַקטיװ, דורך װעלכן זי באַטראַכט די געשיכטע פֿון איר משפּחה. זי פּרוּװט צו אַנטפּלעקן זײערע אינעװײניקע געפֿילן אין די טאָג־טעגלעכע פּרטים פֿון זײער אַמאָליקן לעבן אינעם אוקראַיִנישן שטעטל. אַזױ בױט זי אַ מין גײַסטיקע בריק איבערן היסטאָרישן תּהום, װאָס טײלט דעם אַמעריקאַנער הײַנט פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין דער אַלטער הײם.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO