הזכּרה נאָכן ייִדישן שרײַבער, דוד חײט ז״לMemorial program for the Yiddish writer, David Chait z”l
פֿאַר דער מלחמה — אין דער טעלזער ישיבֿה; נאָך דער ליקווידאַציע פֿון אַלע ייִדישע לערן־אַנשטאַלטן האָט ער געשריבן ביכער וועגן ייִדישער ליטעראַטור.
דאָנערשטיק, דעם 22סטן אָקטאָבער, 6:00 אין אָוונט ישׂראלדיקע צײַט, וועט דורך „זום‟ פֿאָרקומען אַ הזכּרה נאָכן ייִדישן שרײַבער דוד חייט, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן דעם 7טן אויגוסט אין ירושלים.
עס שטייט נאָך פֿאַר מײַנע אויגן ווי דער 90־יעריקער דוד חייט, כּמעט אין גאַנצן בלינד, האַלטנדיק אַ ווײַסן שטעקן אין האַנט, פֿלעגט קומען פֿון ירושלים קיין תּל־אָבֿיבֿ אין שרײַבער פֿאַראיין אויף דבֿ הוז־גאַס 30 מיט אַ כּתבֿ־יד אָדער אַ בקשה פֿאַר שטיצע אַרויסצוגעבן זײַנס אַ בוך.
אים זעענדיק האָב איך פֿאַר זיך געטראַכט: „אוי וויי, ווי דער ייִד שלעפּט זיך נאָך פֿון עיר־הקודש ביזן לאָקאַל פֿון די ייִדישע שרײַבער.‟ און ס’איז ניט געווען נאָר כּדי מיר איבערגעבן אַ קאָנווערט מיט זײַנס אַ שאַפֿונג. ס’איז בײַ אים געווען אַ שטיקל נצחון וואָס זײַן לייוויק־הויז שטייט נאָך אויף די פֿיס, גיט זיך נישט אונטער און פֿירט ווײַטער זיין שפּרודלדיקע טעטיקייט און שליחות. איך, דער אַרגענטינער, האָב ליב געהאַט אָט דעם ליטוואַק. ווי געטרײַ איז ער, דוד חייט געווען צום ייִדישן וואָרט און צו אונדז, די אַלע וועלכע זאָרגן פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון דער שפּראַך.
משה דוד חײט — שרײַבער, זשורנאַליסט און בוי־אינזשעניר — איז געבוירן געוואָרן אין קרײַזשטאָט ראַסיין, ליטע. געלערנט אין חדר, שפּעטער אין טעלזער ישיבֿה און, נאָך דער סאָוועטישער אָקופּאַציע און ליקווידאַציע פֿון אַלע ייִדישע לערן־אַנשטאַלטן, האָט ער ממשיך געווען זײַנע לימודים אין ראַסיינער ליטווישער גימנאַזיע. הויכע בילדונג האָט ער באַקומען שוין נאָך דער מלחמה.
חײט האָט אָנגעהויבן זײַן ליטעראַרישע טעטיקייט, דרוקנדיק זײַנע לידער אין די פֿרײַטיקדיקע בײַלאַגעס פֿאַר קינדער אויף ייִדיש און העברעיִש אין די צײַטונגען „די ייִדישע שטימע‟ און „הײַנט‟. אין יאָר 1950 ווערט ער אַרעסטירט ווי אַ קעגנער פֿון דער סאָוועטישער מאַכט און באַשטראָפֿט מיט תּפֿיסה, אַרבעטס־לאַגער און פֿאַרשיקונג. נאָך דער באַפֿרײַונג און רעהאַביליטאַציע אין 1956 באַזעצט ער זיך אין האָמעל (ווײַסרוסלאַנד), וווּ ער גייט ווײַטער אָן מיט זײַן שעפֿערישער און געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקייט.
זײַנע אַרטיקלען, דערציילונגען און הומאָרעסקעס האָט מען יאָרן לאַנג געדרוקט אין דער אָרטיקער צײַטונג און סאָוועטישער פּרעסע ווי אויך אין וואַרשעווער „פֿאָלקס־שטימע‟. נאָך זײַן עליה אין 1990 זענען אַרויס אַ סך ביכער זײַנע אין ייִדיש, העברעיִש און רוסיש. חייט איז באַלוינט געוואָרן מיט די „לערנער־פֿאָנד‟ און דעם „שוואַרצמאַן פֿאָנד‟, ווי אויך מיטן „רובינליכט־פּריז‟, וועלכער ווערט נאָך פֿאַרטיילט יערלעך אין יום־טובֿ חנוכּה.
ווי אַ מיטגליד פֿון „שרײַבערס און זשורנאַליסטן פֿאַראיין‟, האָט ער יאָרן לאַנג אויסגעפֿילט פֿאַרשידענע פֿונקציעס. אויך געווען אַקטיוו אין דער ירושלימער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט און אין דער אַבסאָרציע פֿון נײַע עולים פֿון געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
צווישן די ביכער וואָס חייט האָט אַרויסגעגעבן — אַ טייל אויף ייִדיש, אַ טייל אויף רוסיש — זײַנען 12 מאָנאָגראַפֿיעס וועגן ייִדישע שרײַבער, אַרײַנגערעכנט „דער האָריזאָנט‟, „אָפּגעהאַקטע ביימער‟ און „וואָרצלען שפּראָצן פֿון דאָס נײַ‟.
אונדזער מיטגעפֿיל צו זײַנע זין, מיכאל און בנימין, זייערע פֿרויען און די אייניקלעך לעאָ, איגאָר, נחמן און יאָסי.
כּבֿוד זײַן אָנדענק! יהיה זכרו ברוך!
אַלע זענען פֿאַרבעטן צו זען די הזכּרה. גיט אַ קוועטש דאָ און גיט אָן דעם פּאַראָל, 339036.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO