„זום“־סעמינאַר אין דער סוכּה: פֿאַרשפּאַרונג אין דער ייִדישער ליטעראַטורZoom seminar in the sukkah: Confinement in Yiddish literature
צווישן די ווערק וואָס מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי וועלן אַנאַליזירן: מעשׂיות פֿון י. ל. פּרץ, יהואש און רייזל זשיכלינסקי.
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס גאַנץ מדינת־ישׂראל איז איצט ווידער אונטער אַ שטרענגן קאַראַנטין צוליבן קאָראָנאַ־ווירוס, קען מען דורך „זום“ נאָך אַלץ זײַן אושפּיזין בײַ יענעם אין סוכּה.
מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי, וואָס פֿירן אָן מיט דער אָרגאַניזאַציע „יאָ — ייִדיש־אָרט“ אין ירושלים, וועלן חול־המועד סוכּות, פֿון זייער אייגענער סוכּה, אָנפֿירן מיט צוויי ליטעראַרישע סעמינאַרן דורך „זום“. במשך פֿון די סעסיעס וועט מען צוזאַמען לייענען און אַרומרעדן ייִדישע ווערק פֿאַרבונדן מיט דער טעמע פֿאַרשפּאַרונג פֿון אַזעלכע מחברים ווי י. ל. פּרץ, יהואש און רייזל זשיכלינסקי.
די „פֿרישטיק־סעודה“ וועט פֿאָרקומען דעם פֿיפֿטן טאָג חול־המועד — מיטוואָך, דעם 7טן אָקטאָבער — 10:00־1:15 ישׂראל־צײַט און די „וועטשערע־סעודה“ — 7:00־10:15 אין אָוונט ישׂראל־צײַט.
כּדי זיך צו רעגיסטרירן און באַקומען די ליטעראַרישע טעקסטן, שרײַבט [email protected].
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO