Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ניו־יאָרקער מאַנשאַפֿט צו באַקעמפֿן מגפֿה־פֿאַרשפּרייטונג האָט בלויז 5 ייִדיש־רעדערNYC has only 5 Yiddish-speakers on team trying to stop virus spread

די קליינע צאָל איז אַ חידוש, נעמענדיק אין באַטראַכט די נײַע כוואַליע אָנגעשטעקטע אין די חסידישע קרײַזן.

הגם די שטאָט ניו־יאָרק האָט אָנגעשטעלט טויזנטער מענטשן צו אַרבעטן אויף איר מאַנשאַפֿט צו העלפֿן אָפּשוואַכן די פֿאַרשפּרייטונג פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס, קענען בלויז פֿינעף פֿון זיי רעדן ייִדיש, נישט געקוקט אויף דעם וואָס ס׳איז לעצטנס ווידער שטאַרק געוואַקסן די צאָל אָנגעשטעקטע מיט „קאָוויד־19‟ אין די חסידישע קרײַזן.

די מאַנשאַפֿט, וואָס הייסט „טעסט ענד טרייס קאָר‟, באַשטייט פֿון דאָקטוירים, פֿאָלקסגעזונט־ספּעציאַליסטן און כּלל־טוער וואָס זוכן אויס סײַ די קראַנקע סײַ אַלע מענטשן מיט וועמען די קראַנקע זענען לעצטנס געקומען אין פֿאַבינדונג, און פֿאַרזיכערט אויך אַז אַלע וואָס זענען אָנגעשטעקט געוואָרן זאָלן באַקומען מעדיצינישע באַהאַנדלונג און בלײַבן אין דער היים, כּדי נישט אָנצושטעקן אַנדערע.

די קליינע צאָל ייִדיש־רעדער אויף דער מאַנשאַפֿט איז אַ חידוש ווײַל דער ווירוס האָט זיך לעצטנס ווידער פֿאַרשפּרייט בײַ די חרדים, וווּ ייִדיש איז די טאָג־טעגלעכע שפּראַך.

„ס׳איז טאַקע אַ פּראָבלעם און ווײַזט אַז די שטאָט האָט נישט באַוויזן זיך צוצופּאַסן צו די לינגוויסטישע באַדערפֿענישן פֿון דער חסידישער באַפֿעלקערונג,‟ האָט דערקלערט דער ניו־יאָרקער ראָטמאַן, מאַרק לעווין (דעמאָקראַט, מאַנהעטן) בײַ אַן עפֿנטלעכן פֿאַרהער מיטוואָך, לויט אַ באַריכט פֿון דער „ניו־יאָרק פּאָסט‟.

באָראָ פּאַרק איז איינע פֿון פֿיר פֿרומע געגנטן וווּ ס‘איז ווידער געשטיגן די צאָל אָנגעשטעקטע פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס. כּמעט 200,000 אײַנוווינער אינעם שטאַט ניו־יאָרק רעדן ייִדיש; ס׳רובֿ פֿון זיי — אין ברוקלין און קווינס.

לויט דעם „ניו־יאָרק פּאָסט‟־אַרטיקל, זוכן די באַאַמטע 21 מענטשן וואָס קענען העברעיִש, ייִדיש און רוסיש, צו אַרבעטן אין דער מאַנשאַפֿט. די פּראָבלעם איז אָבער אַז די מעלדונג וואָס די שטאָט האָט אַרויסגעלאָזט, זוכנדיק מענטשן פֿאַר דער מאַנשאַפֿט, רעכנט אויס אַ ריי שטרענגע פֿאָדערונגען ווי, למשל, אַז דער מענטש דאַרף האָבן גראַדויִרט פֿון קאָלעדזש און דאַרף האָבן געאַרבעט אין דעם שטח, צום ווייניקטסן, אַנדערטהאַלב יאָר, אָדער אַז זיי האָבן באַקומען אַ GED (אַ באַווײַז אַז מע האָט פֿאַרענדיקט די מיטלשול) און שוין געאַרבעט, צום ווייניקסטן, פֿינעף יאָר אויפֿן געביט פֿון פֿאָלקסגעזונט. צוליב אַזוינע שטרענגע פֿאָדערונגען וועט די שטאָט האָבן גרויסע שוועריקייטן בײַם געפֿינען חסידישע ייִדיש־רעדער פֿאַר דער מאַנשאַפֿט ווײַל ווייניק חסידים גייען אין קאָלעדזש אָדער האָבן באַקומען אַ GED.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version