הרבֿ עדין שטיינזאַלץ האָט זיכער געוווּסט די אַנדערע דעותRabbi Adin Steinsaltz must have known the alternative opinions
אַ גאַנצע ריי מקובלים האַלטן, אַז אין געוויסע אויסנאַמען קאָן אַן עבֿירה איבערגעקערט ווערן אין אַ מיצווה.
נישט לאַנג צוריק איז ניפֿטר געוואָרן הרבֿ עדין שטיינזאַלץ – זייער אַן אינטערעסאַנטער ייִדישער טוער און דענקער, וועלכער האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַן אומאָפּהענגיקן ליובאַוויטשער חסיד, אָבער געהאַט אייגענע דעות, צו מאָל גאַנץ אָריגינעלע און קאָנטראָווערסאַלע. ווי מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, האָט ער נישט מורא געהאַט צו פֿאַרגלײַכן פֿאַרשיידענע פֿילאָסאָפֿיעס, אידעאָלאָגיעס און רעליגיעס. ער האָט געגלייבט, אַז אַלע ציוויליזירטע מענטשן — קריסטן, מוסולמענער, הינדוסן, בודיסטן אאַז״וו — זענען נישט קיין עכטע עבֿודה־זרה.
לויט שטיינזאַלצן, באַשטייט אַ וויכטיקער חילוק צווישן ייִדישקייט און אַנדערע רעליגיעזע שיטות איבער דער וועלט אין דעם, וואָס מקובלים און חסידישע צדיקים, אין פֿאַרגלײַך מיט די סופֿיס און אַנדערע נישט־ייִדישע מיסטיקער, האָבן קיינמאָל נישט געזאָגט, אַז אַ מיסטיקער מעג עפּעס טאָן קעגן הלכה. שטיינזאַלץ האָט אַפֿילו געשריבן, אַז אויב בײַ די קריסטן איז גאָט פֿאַרקערפּערט געוואָרן אין אַ מענטש, איז בײַ ייִדן די הלכה די פֿאַרקערפּערונג פֿונעם אייבערשטן. ענלעכע דעות, אָבער אָן קיין מיסטיש־פֿילאָסאָפֿישן טעם, האָט געהאַט אַן אַנדער זייער באַקאַנטער ייִדישער דענקער — ד״ר ישעיהו לייבאָוויטש.
איז עס טאַקע אמת? ס׳איז שווער צו גלייבן, אַז שטיינזאַלץ האָט נישט געוווּסט, אַז אַ גאַנצע ריי מקובלים האָבן געהאַלטן, אַז אין געוויסע אויסנעמלעכע סיטואַציעס קאָן אַן עבֿירה איבערגעקערט ווערן אין אַ מיצווה. אַ קלאַסישער בײַשפּיל: די באַציִונגען צווישן יהודה און תּמר, בועז און רות (בועז האָט זיך מיט איר מתיחד געווען קעגן הלכה), דוד און בת־שבֿע. פֿון אָט־די אויסנאַמען שטאַמט דער משיחישער גאולה־כּוח. ס׳איז גרינג צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס שטיינזאַלץ האָט אָפּגעלייקנט אַזעלכע געדאַנקען און נישט געוואָלט זיי מפֿרסם זײַן. שטעלט זיך פֿאָר, וואָס ס׳וואָלט געשען, אויב יעדער הייבט אָן נאָכמאַכן יהודה מיט תּמר און דוד מיט בת־שבֿע.
פֿאָרט, לאָמיר אַרײַנקוקן אינעם קלאַסישן חסידישן ספֿר „מאור ושמש‟ פֿון רבי קלונימוס — קלמן עפּשטיין. דער מחבר איז געווען אַ גרויסער תּלמיד פֿונעם באַרימטן זלאָטשעווער מגיד; זײַן ווערק איז גאָר אַ וויכטיקער טייל פֿונעם חסידישן קאַנאָן; אין יעדער באָבאָווער, סאַטמאַרער צי וויזשניצער שיל קאָנט איר עס טרעפֿן.
אין שײַכות מיטן ערשטן טאָג פֿון חג־הסוכּות דערקלערט דער „מאור ושמש‟, אַז די סוכּה מיט איר סכך איז מרמז אויף דער סטרוקטור פֿון פּערזענלעכע גײַסטיקע מדרגות — מיסטישע אָדער הימלישע סוכּות. די ערשטע, קלענסטע סוכּה איז דער פּשוטער ייִדישער שטייגער לעבן על־פּי הלכה. אַרום דער דאָזיקער סוכּה שטייט אַ צווייטע: די עבֿודה פֿונעם אויסבעסערן אַלע מידות. ווען מע ווערט אַ צדיק און מע איז גרייט אַרויסצוקומען אין דער דריטער, נאָך גרעסערער „סוכּה‟, מעג מען שוין מקיים זײַן די מיצוות במחשבֿה, אָן קיין פֿיזישן אַקט — אַזוי ווי אַבֿרהם־אָבֿינו, וועלכער פֿלעגט לייגן תּפֿילין ברוחניות, אָן גשמיותדיקע תּשמישי־קדושה.
אַוודאי, זאָגט נישט רבי קלונימוס־קלמן עפּשטיין, אַז מע דאַרף איגנאָרירן די פֿיזישע מיצוות און טאָן עפּעס דווקא קעגן די אַלגעמיינע הלכה־נאָרמען. אַזאַ טעאָרעטישע מעגלעכקייט דערלאָזט ער אָבער יאָ — בפֿירוש. דער „מאור ושמש‟ רעדט נישט פֿון משיחישע צײַטן, פֿון אָבֿות און נבֿיאים; ער רעדט וועגן צדיקים אין אַלגעמיין. גאָר אינטערעסאַנט איז דער פֿאַקט, אַז דעם מחברס געדאַנקען־גאַנג קלינגט זייער נאָענט, אַפֿילו סטיליסטיש גאַנץ ענלעך, צו סופֿיזם — אַחוץ דעם, וואָס די סופֿיס רעדן נישט פֿון סוכּות, נאָר פֿון גײַסטיקע מקומות אָדער סטאַנציעס.
דאָס איז ווײַט נישט דער איינציקער בײַשפּיל פֿון אַנטינאָמיזם — די טעאָלאָגישע שיטה, אַז עבֿודת־השם פּאַסט נישט אַלעמאָל אַרײַן אין פֿיקסירטע נאָרמעס. ענלעכע זאַכן האָבן געזאָגט און געשריבן רבי נחמן בראַצלעווער, רבי יוסף־יצחק פֿון פּילענוע (פּאָלאָנע) און רבי מרדכי־יוסף ליינער פֿון איזשביצע…
הרבֿ יהושע מונדשײַן, אַ באַקאַנטער ליובאַוויטשער היסטאָריקער און פֿאָרשער פֿון חסידות, האָט געזאַמלט אַ סך מקורים, וואָס ווײַזן קלאָר, אַז שטיינזאַלץ איז אין דעם פֿאַל נישט געווען גערעכט. וואָס דען? דערקלערט מונדשײַן אין זײַן באַלערנדיקן אַרטיקל וועגן „עבֿירה לשמה‟, אַז אויב אַן עכטער חסיד, להיפּוך צו די שבתי־צבֿיניקעס, טוט עפּעס קעגן הלכה, מיינט ער טאַקע לשם־שמים, טוט ער עס נישט צוליב תּאוות צי פֿוילקייט, נאָר צוליב גײַסטיקע צוועקן. פּונקט אַזוי באַטאָנען גרויסע מיסטיקער אין אַנדערע וועלט־רעליגיעס; באַקומט זיך, אַז אין דעם פּרט שיידט זיך נישט ייִדישקייט בעצם אונטער.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO