ייִדישע מאָמענטן אויף דער לוויה פֿון רות ביידער גינזבורגJewish moments at Ruth Bader Ginsburg’s funeral
בײַ אַמעריקאַנער ייִדן איז נאָך אַלץ שווער צו פֿאַרשטיין ווי אַ וויכטיקער ייִדישער ריכטער קען שפּילן עטלעכע ראָלעס מיט אַ מאָל.
די אָבֿלים בײַ אַ לוויה האָרעװען שװער איבער זײערע הספּדים, נאָר געדענקען געדענקט מען מער דעם ערשטן קדיש. ס׳איז אַ באַשטימטער ריטואַל.
אױף דער אָפֿיציעלער הזכּרה פֿון דער פֿאַרשטאָרבענער ריכטערין פֿון העכסטן געריכט, װאָס איז אַוועק אין דער אייביקייט ערבֿ ראָש־השנה, האָט נישט געפֿעלט קײן פֿעסטער ריטואַל. כאָטש ייִדישע תּפֿילות האָט מען געזאָגט (דער „אל־מלא“ האָט געקלונגען אונטערן הױכן קופּאָל פֿון קאַפּיטאָל־בנין) איז ס׳רובֿ פֿון ריטואַל געװען – דער ציװילער ריטואַל פֿון דער אַמעריקאַנער מדינה.
גינזבורגס געװעזענע אַסיסטענטן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אױף די טרעפּ, אַ ים פֿון שװאַרץ־און־װײַסע אָנצוגן און קלײדער, אָפּצוגעבן איר דעם לעצטן כּבֿוד.
אויך אַנדערע טראַדיציאָנעלע עלעמענטן פֿון דער אַמעריקאַנער בירגערלעכער קולטור האָט מען אַרײַנגענומען. אַן אַלטן פּינקס האָט מען אַװעקגעלײגט װי אַ געסטבוך, אַ פּאָרטרעט פֿון דער פֿאַרשטאָרבענער האָט מען אַרױסגעשטעלט. איר אָרון האָט מען אױסגעשטעלט אױפֿן „קאַטאַפֿאַלק“ (אַזאַ הילצערנעם ראַם) װאָס ער האָט פֿריִער אונטערגעשטיצט די טורנע פֿון אײבראַהאַם לינקאָן.
בשעת די בירגערלעכע ריטואַלן אין װאַשינגטאָן, האָבן סתּם ייִדן איבערן גאַנצן לאַנד אױסגעדריקט זײערע געפֿילן װעגן גינזבורגס פּטירה אױף פֿאַרשײדענע אופֿנים. רבנים און ראַבײַס האָבן געדרשנט. אין אײן שאַפֿערישן װידעאָ האָט מען געזען, װי אַ ראַבײַ לײענט פֿאָר אַ ריי באַקאַנטע ציטאַטן פֿון רות גינזבורג – אין הפֿטורה־טראָפּ.
טײל פֿון די אָפּרופֿן האָבן זיך װײַט פֿאַרשפּרײט אױף דער סאָציאַלער מעדיאַ. ס׳איז כּדאַי אַרױסצוהײבן אײנעם פֿון זײ, װאָס װאַרפֿט אַ ליכט אױף דעם, װי אַמעריקאַנער ייִדן זעען (אָדער זעען נישט) די ריכטערין.
געזאָגט האָט מען, אַז נישט־ייִדן װאָס דריקן אױס מיטגעפֿיל אױף גינזבורגס פּטירה טאָרן נישט זאָגן „רעסט אין פּיס“ (װי מ׳איז זיך נוהג אױף ענגליש), נאָר „זכרונה לבֿרכה,“ סײַ װײַל אַזױ זאָגן די ייִדן, סײַ (כּלומרשט) װײַל ייִדן גלײבן נישט אין לעבן נאָכן טױט.
בײַ ייִדן האָט מען דאָס װײַט פֿאַרשפּרײט אױף דער סאָציאַלער מעדיאַ. מיך האָט דאָס דערשלאָגן צו לײענען צוליב צװײ סיבות. ערשטנס, װײַל עס הערשט אַזאַ עם־האָרצות בײַ אַמעריקאַנער ייִדן, אַז אַ סך װײסן נישט, אַז דער גורל פֿון דער נשמה נאָכן טױט איז אַן אָפֿט־אַרומגערעדטע טעמע אין די ספֿרים, און אַז אַ גאַנצע ליטעראַטור (די קבלה) איז אָפּגעגעבן אימאַזשן פֿון גן־עדן און גיהנום.
דאָס צװײטע בײנדל װאָס איז מיר שטעקן געבליבן אין האַלדז איז דער געדאַנק, אַז אַמעריקאַנער ייִדן „פֿאַרמאָגן“ גינזבורג ע״ה, אַז מיר מעגן בײַ גױים פֿאָדערן אַ געװיסע טרײסט־פֿאָרמל.
דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. גינזבורגס ייִדישקײט האָט מען שוין אַזוי פֿיל דיסקוטירט. די פֿרומע ייִדן, אָרטאָדאָקסן, האָבן טענות צו איר װײַל זי האָט נישט געהיט הלכה. צוריקגערעדט, װילן אַנדערע ייִדן אױסטײַטשן די װיכטיקײט פֿון איר יוריספּרודענץ בלױז אין ייִדישע טערמינען – מע זאָגט אַז זי איז געװען אַ נבֿיא, מע זאָגט אַז זי איז געװען אַן אסתּר־המלכּה, מע זאָגט אַז זי איז געװען אַ צדקת צוליב דעם וואָס זי איז ניפֿטר געװאָרן ערבֿ ראָש־השנה.
צום באַדױערן איז דער אמת אַ סך מער קאָמפּליצירט. גינזבורג ע״ה איז געװען אַ ייִדישע, נאָר זי אויך אַ סך אַנדערע זאַכן: אַ ריכטער, אַ ליבעראַל־צענטריסט, אַ דעמאָקראַט, אַ פֿעמיניסט, אַ מאַמע, אַ טאָכטער, אַן אַדװאָקאַט.
ס׳איז װיכטיק דאָס צו דערמאָנען, װײַל איך האַלט, אַז די שװעריקײטן מיט װאָס אַמעריקאַנער ייִדן פּרוּװן אױסטראַכטן פּאַסיקע צוגאַנגען צו גינזבורגס פֿעלן זיך שפּיגלען אָפּ אונדזער קהילהס פּראָבלעמאַטישע באַציִונג מיט דער אַמעריקאַנער פּאָליטישער סבֿיבֿה.
בקיצור: ייִדן זײַנע אַ פּאָליטישער יש מיט כּוח אין די פֿאראײניקטע שטאַטן אין 2020. כאָטש מיר האָבן שוין אַ לאַנגע געשיכטע װי אַ נאַציאָנאַלע מינאָריטעט, האָבן מיר פֿאָרט נאָך נישט אױסגעקלאָרט אונדזערע צילן, װערטן, סטרוקטור, אָנפֿירערשאַפֿט, און אַחריות לגבי דער ברײטערער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט.
גינזבורג איז געװען מער װי אַ ייִד – זי איז געװען אַ װיכטיקע פּאָליטישע פֿיגור אין אונדזער לאַנד. װי אַזױ האָט זי פֿאַרקערפּערט אַזאַ טאָפּלטע (פֿילפֿאַכיקע) אידענטיטעט? איז זי געװען אַ מוסטער פֿאַר אונדז? אָדער פֿאַרקערט — אַ בײַשפּיל פֿון דעם װאָס מע טאָר נישט טאָן? אָדער גאָר עפּעס אין צװישן?
און װי אַזױ קען מען ניצן איר פּטירה װי אַ געלעגנהײט אָפֿן אַרומצורעדן די נישט־דעצידירטע פֿראַגעס וואָס זײַנען שייך ייִדן?
אײן מעגלעכקײט װאָלט געװען אַז אַמעריקאַנער ייִדן זאָלן זיך נעענטער באַקענען מיט זײערע היסטאָרישע פֿאָרגײערס (אין פּױלן צװישן די מלחמות, למשל, צי אין אַנדערע ערטער און פּעריאָדן), צו װיסן װעגן דעם װי אַזױ די ייִדן האָבן דעמאָלט זיך געספּראַװעט מיט אַזאַ פּאָליטישן שײדװעג. אָדער מע קען טיפֿער אַרומרעדן דעם קאָמפּליצירן ענין פֿון אונדזער הײַנטיקן אַמעריקאַנער ייִדנטום: װאָס מיר װילן אױפֿטאָן דאָ אין אַמעריקע, פֿאַר װאָס, און װי אַזױ.
רות בײדער גינזבורג ע״ה איז געװען אַ װיכטיקער ריכטער, אַן אַמעריקאַנער פּאָליטישער גדול, און אַ ייִד. װי אַזױ אירע פֿיל ראָלעס זײַנען זיך צונױפֿגעקומען אין אײן יחיד איז נישט פּשוט. נישט פּשוטער איז אַזאַ באַגעגעניש פֿון ראָלעס פֿאַר אונדזער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה, און ס׳איז שױן צײַט, מע זאָל דאָס אײַנזען.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO