ווידעאָ: משה אוישערס אומפֿאַרגעסלעכער כּל־נדריWATCH: Moishe Oysher’s unforgettable Kol Nidre
די סצענע פֿונעם פֿילם „דער ווילנער שטאָט־חזן“ איז תּמיד כּדאַי צו זען, אָבער הײַיאָר איז זי ספּעציעל רירנדיק.
.
יעדעס יאָר באַמערק איך, אַז ווען איך שטעל אַרויף אין „עונג־שבת“ אָט די סצענע, אין וועלכער משה אוישער זינגט „כּל־נדרי“, ציט עס צו אַ גרויסן עולם. מענטשן וואָס קענען ניט קיין ייִדיש אָדער לשון־קודש, אָדער זענען אַפֿילו ניט קיין ייִדן, טיילן זיך מיטן ווידעאָ.
הײַיאָר האַלט איך אַז ס׳איז ספּעציעל כּדאַי זיך צוצוהערן צום כּל־נדרי. כאָטש די תּפֿילה רעדט וועגן דער צוקונפֿט, איז זי לכתּחילה געווען אָנגעשריבן אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט, דאָס הייסט, די תּפֿילה איז געווען חל אויף די נדרים פֿונעם יאָר וואָס איז שוין געהאַט פֿאַרבײַ.
אַז עס ענדיקט זיך 5780, זענען די נדרים פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר ספּעציעל וויכטיק: צוליבן קאָראָנאַ־ווירוס האָבן מיר אַלע ניט באַוויזן דורכצופֿירן די חיובֿים פֿון אַ געוויינטלעכן יאָר. מע האָט זיך ניט געזען מיט קרובֿים און פֿרײַנד, מע האָט פֿאַרפֿעלט חתונות און לוויות און מע האָט ניט געקענט זײַן דערבײַ ווען אונדזערע נאָענטע זענען אַוועק. בײַ אַ סך מענטשן זענען די משפּחדיקע אַחריותן געקומען אין קאָנפֿליקט מיט די פּראָפֿעסיאָנעלע מער ווי אין קיין פֿריִערדיק יאָר ווײַל מע האָט געדאַרפֿט האַלטן אַן אויג אויף די קינדער בעת זיי לערנען זיך פֿון דער היים און אַרבעטן אין דער זעלביקער צײַט. און ווי יחידים אין אַ געזעלשאַפֿט זעט מיר אויס, אַז מע האָט בכלל ניט גענוג אַכטונג געגעבן אויף אונדזערע חיובֿים איינער צום צווייטן. מע האָט זיך איינער דעם צווייטן ניט באַשיצט ווי עס באַדאַרף צו זײַן, נישט פֿונעם ווירוס, נישט פֿון הונגער און נישט פֿון גוואַלד־טאַטן. מע האָט דערלאָזט אַז אונדזערע שכנים זאָלן לײַדן, און מע האָט זיך צעקריגט אין אַ מאָמענט וואָס האָט געפֿאָדערט פֿון אונדז אחדות.
„סלח נא לעון העם הזה“ ווי דער חזן וועט זינגען — „זײַט אונדז מוחל די זינד פֿונעם פֿאָלק“ (און הײַיאָר אויך, איז כּדאַי צוצוגעבן: פֿונעם לאַנד).
5780 איז ווײַט ניט דאָס ערשטע מאָל וואָס כּל־נדרי האָט געקלונגען ספּעציעל רירנדיק. די תּפֿילה האָט געגעבן ייִדן אַ טרייסט אין אַ סך אַנדערע שווערע יאָרן. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס סײַ די רבנים אין מיטלעלטער, סײַ די רעפֿאָרמירטע ראַבינער פֿון 19טן יאָרהונדערט, האָבן געוואָלט פּטור ווערן פֿונעם כּל־נדרי, איז די טראַדיציע געבליבן אַן עיקרדיקע. בײַ אַ סך ייִדן וואָס גייען ניט אָפֿט אין שיל, איז דאָס הערן כּל־נדרי אַ מוז, אַ חיובֿ אַפֿילו. בײַ געוויסע מענטשן איז עס דווקא ווײַל די תּפֿילה רעדט וועגן די נדרים, וואָס מע וועט ניט קענען דורכפֿירן, און מע טראַכט דערבײַ וועגן דער אייגענער באַציִונג מיט ייִדישקייט.
קיין חידוש ניט, וואָס כּל־נדרי סימבאָליזירט אָפֿט דאָס תּשובֿה־טאָן אין דער ייִדישער ליטעראַטור און קינאָ. אין אָט דער סצענע, פֿונעם פֿילם „דער ווילנער שטאָט־חזן‟, שפּילט משה אוישער די ראָלע פֿונעם חזן יואל דוד שטראַשונסקי. נאָך אַ לעבן פֿון הפֿקרות (לויטן טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטאַנדפּונקט), קערט שטראַשונסקי זיך אום, אַ מסוכּן קראַנקער, אין זײַן שיל אין ווילנע, זינגט „כּל נדרי‟ און גייט אויס.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO