רעזשיסאָרין פֿון „נעטפֿליקס“־סעריע „נישט־אָרטאָדאָקסיש“ געווינט אַן „עמי־פּרעמיע“Director of Netflix series “Unorthodox” wins an Emmy
די „עמי“ פֿאַר מאַריע שריידער איז די ערשטע אויסצייכענוג אַזאַ פֿאַר אַ סעריע מיט אַ סך ייִדישן דיאַלאָג.
זונטיק אָוונט האָט מען דורכגעפֿירט די 71סטע צוטיילונג פֿון די „עמי“־אויסצייכענונגען, וואָס אָנערקענען די בעסטע אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿונעם יאָר.
צווישן די געווינער איז געווען מאַריע שריידער, די רעזשיסאָרין פֿון דער ייִדיש־ און ענגליש־שפּראַכיקער „נעטפֿליקס“־מיני־סעריע „נישט־אָרטאָדאָקסיש“, וואָס איז באַזירט, צום טייל, אויפֿן לעבן פֿון דער שרײַבערין דבֿורה פֿעלדמאַן.
צווישן די אַנדערע נאָמינירטע רעזשיסאָרן זענען געווען די רעזשיסאָרן פֿון Watchmen (וועכטער), וואָס איז געווען די פּאָפּולערסטע נײַע מיני־סעריע פֿונעם יאָר, סײַ בײַ די קריטיקער, סײַ וואָס שייך דער צאָל צוקוקער. Watchmen האָט געוווּנען אין צוויי אַנדערע קאַטעגאָריעס אין וועלכע „נישט־אָרטאָדאָקסיש“ איז נאָמינירט געוואָרן: „בעסטע מיני־סעריע“ פֿונעם יאָר און די בעסטע אַקטריסע אין אַ מיני־סעריע (שירה האַס איז נאָמינירט געוואָרן פֿאַרן שפּילן די ראָלע פֿון אסתּי שאַפּיראָ).
Boardwalk Empire (די „אימפּעריע פֿון דער ים־פּראָמאָנאַדע“), וואָס איז נאָמינירט געוואָרן פֿאַר מער ווי 57 ”עמיס“ און האָט געוווּנען 20, איז אויך געווען, צום טייל, אויף מאַמע־לשון, איז „נישט־אָרטאָדאָקסיש“ די ערשטע טעלעוויזיע־פּראָגראַם מיט אַזוי פֿיל ייִדישן דיאַלאָג צו באַקומען אַזאַ חשובֿע פּרעמיע. (אַרום 40% פֿונעם דיאַלאָג אין דער סעריע איז אויף ייִדיש).
עטלעכע פֿון די העלדן זענען טאַקע געשפּילט געוואָרן דורך געוועזענע חסידים און אַנדערע וואָס רעדן ייִדיש פֿון דער היים. דזשעף ווילבוש, וואָס האָט געשפּילט אסתּי שאַפּיראָס הויפּט־אַנטאַגאָניסט משה לעווקאָוויטש, איז אויפֿגעוואַקסן אין מאה־שערים און וווינט הײַנט אין דײַטשלאַנד; אלי ראָזען (דער רבי, ר׳ יאָסעלע) איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ברוקלינער חסידישער היים; דוד מאַנדעלבאַום (אסתּיס זיידע), איז דער דירעקטאָר פֿונעם „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער“, און מלכּה ווײַס, מלכּה גאָלדמאַן און משה לאָבעל, וואָס האָבן געשפּילט קלענערע ראָלעס, זענען אויך אויפֿגעוואַקסן אין חסידישע היימען.
שירה האַס, דער שטערן פֿון דער פּראָגראַם, וואָס וועט באַלד ווידער שפּילן די ראָלע פֿון רוחמי ווײַס אינעם דריטן סעזאָן פֿון דער פּאָפּולערער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע־פּראָגראַם „שטיסל“, האָט זיך געלערנט ייִדיש אויף אַזאַ אינטענסיוון אופֿן, אַז זי האָט אָנגעהויבן רעדן אויף מאַמע־לשון מיט אַנדערע אַקטיאָרן און לייענט הײַנט ייִדישע פּאָעזיע אין דער פֿרײַער צײַט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor