Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ראָש־השנות אַרום דער וועלטRosh Hashanahs around the world

ווייניק מענטשן ווייסן אַז אַ האַלבע וועלט פּראַוועט פֿאַרשיידענע גילגולים פֿון אונדזער יום־טובֿ.

אַן אינטערעסאַנט מחלוקת־חז״ל ווערט דערמאָנט אין דער גמרא־מסכתּא „ראש־השנה‟: לויט רבי אליעזר איז די וועלט באַשאַפֿן געוואָרן אין תּשרי, און לויט רבי יהושע — אין ניסן. ביידע תּנאָים האָבן געלעבט אינעם ערשטן־צווייטן יאָרהונדערט און אָפֿט רעפּרעזענטירט היפּוכדיקע שיטות אין יעמאָלטיקער ייִדישקייט.

דאָס מחלוקת איז פֿאַרבונדן מיט אַן אַנדער ענין, וואָס ווערט באַהאַנדלט בײַם סאַמע אָנהייב פֿון דער מסכתּא „ראש־השנה‟: אי ניסן, אי תּשרי ווערן באַטראַכט ווי פֿאַרשיידענע מינים ראָש־השנות. הגם אין דער הײַנטיקער ווערסיע פֿון דער ייִדישער מסורה איז אָנגענומען די דעה, אַז דער רבונו־של־עולם האָט באַשאַפֿן דעם אוניווערס דעם ערשטן טאָג פֿונעם חודש תּשרי, איז די פֿאַרקערטע מיינונג נישט אין גאַנצן בטל געוואָרן. רבי יצחק לוריא — דער הייליקער אַריז״ל, איינער פֿון די גרעסטע און יסודותדיקסטע מקובלים — באַטאָנט, אַז אין תּשרי איז די וועלט געקומען דעם אייבערשטן, מעטאַפֿאָריש גערעדט, אויפֿן געדאַנק, און אין ניסן איז זי פֿאַרקערפּערט געוואָרן בגשמיות. צוליב דעם זאָגן מיר ראָש־השנה בײַם מוסף „היום הרת עולם‟. דאָס וואָרט „הרת‟ שטאַמט פֿונעם זעלבן שורש ווי „הריון‟ — שוואַנגערשאַפֿט, פּאָטענציאַל.

ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז לויט אַלע דעות איז ראָש־השנה דער טאָג, ווען דער בורא־עולם האָט באַשאַפֿן אָדם־הראשון; אַלע אַנדערע עלעמענטן פֿונעם וועלטבאַשאַף זענען דעמאָלט שוין געווען בנימצא. אויב מע נייגט זיך אָפּ פֿון קבלה און מע פֿאַרטראַכט זיך וועגן דער דאָזיקער פֿראַגע פֿונעם מאָדערנעם ראַציאָנאַליסטישן שטאַנדפּונקט, זענען ביידע דאַטעס סימבאָליש, לאַוו־דווקא פֿאַרבונדן מיטן מענטשלעכן לוח. דער אוניווערס עקזיסטירט דאָך שוין כּמעט 14 מיליאַרד יאָר, און מענטשן האָבן נאָך מיט 170,000 יאָר צוריק געטראָגן מלבושים (לויט אַנדערע חשבונות, מיט איבער אַ האַלב מיליאָן צוריק), און אַ סך פֿריִער האָט מען זיך שוין באַנוצט מיט שטיינערנע אינסטרומענטן און אַרויסגעבראַכט פֿײַער.

פֿאַרשטייט זיך, מעג מען גלייבן באמונה־שלמה גאַנץ בוכשטעבלעך, אַז דער „גרויסער אויפֿרײַס‟ איז פֿאָרגעקומען אין תּשרי, און שפּעטער — אויך אין תּשרי, זענען די ערשטע עכט־שׂכלדיקע מענטשן, אָדם און חוה, פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון דער יענוועלטישער גן־עדנדיקער דימענסיע אויף אונדזער זינדיקער ערד.

אַ סך פֿעלקער פּראַווען זייער נײַ־יאָר אין סעפּטעמבער־אָקטאָבער, אָדער — ווי די איראַנער, טײַלענדער און אינדיע — אין מאַרץ־אַפּריל. ווייניק מענטשן ווייסן, אַז אַ האַלבע וועלט פּראַוועט, אויף אַ געוויסן אופֿן, פֿאַרשיידענע גילגולים פֿון אונדזער ראָש־השנה: למשל, די קאָפּטישע, עטיאָפּישע און פּראַוואָסלאַוונע קריסטן. הגם אין דער הײַנטיקער סערביע, בולגאַריע, רוסלאַנד און גריכנלאַנד קומט דאָס נײַ־יאָר, ווי איבעראַל אין דער מערבֿדיקער וועלט, דעם ערשטן יאַנואַר, הייבט זיך אָן דער קירך־לוח פֿונעם 14טן סעפּטעמבער. ביז דער אייראָפּעיִזאַציע פֿון רוסלאַנד אָנהייב דעם 18טן יאָרהונדערט, איז עס געווען אַ גרויסע חגא.

אַ טייל היסטאָריקער גלייבן, אַז דער אויסקלײַב פֿון דער דאַטע האָט צו טאָן מיט דער געשיכטע פֿון דער רוימישער אימפּעריע, וווּ סעפּטעמבער איז געווען דער סך־הכּלדיקער חודש פֿאַר די שטײַערן; ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז הײַנט פֿאַרסך־הכּלט מען די שטײַערן אין אַ סך לענדער דווקא אַרום ניסן — אין אַפּריל. לויט אַן אַנדער היסטאָרישער השערה, וואָס לייגט זיך שטאַרק אויפֿן שׂכל און ווערט דערמאָנט ווי אַ פֿאַקט, צום בײַשפּיל, אין Encyclopedia Britannica, האָבן די פּראַוואָסלאַוונע קריסטן פּשוט אַרײַנגעלייגט אַ נײַעם באַדײַט אינעם ייִדישן יום־טובֿ ראָש־השנה — אַזוי ווי זיי האָבן איבערגעטײַטשט, לויט זייער שטייגער, פּסח און שבֿועות.

וואָס שייך די קאָפּטן און עטיאָפּן, האָבן זיך אין זייער לוח צונויפֿגעפֿלאָכטן צוויי טראַדיציעס: ראָש־השנה און דער אוראַלטער מיצרישער קאַלענדאַר. ביזן הײַנטיקן טאָג פּראַווען סײַ די עגיפּטישע קריסטן, סײַ די מוסולמענער, אַ יערלעכע צוויי־וואָכיקע פֿײַערונג לכּבֿוד דער האַרבסטיקער פֿאַרפֿלייצונג פֿונעם טײַך ניל, אָנהייבנדיק פֿונעם 15טן אויגוסט.

בײַ די מוסולמענער הייסט דער יאָר־אָנהייב, פּראָסט און פּשוט, „ראָשׂ־אַס־שׂנה‟ (ראָס־אַס־סאַנאַ). אין איראַן און אַ ריי אַנדערע לענדער רעדט מען אַרויס דעם אַראַבישן עקוויוואַלענט פֿון קמץ, פּונקט ווי בײַ אונדז, ווי „אָ‟. קיין סוד איז נישטאָ, אַז דער נאָמען פֿונעם טאָג שטאַמט פֿונעם ייִדישן יום־טובֿ. הגם אין דער מוסולמענישער וועלט איז עס נישט קיין חגא, איז עס דער אָפּרעכן־פּונקט פֿאַר אַלע חגאות; אָבער, ווי באַלד דער איסלאַמישער קאַלענדאַר איז אין גאַנצן באַגרינדעט אויף די לבֿנה־חדשים, קאָן זייער „ראָש־השנה‟ קומען אין יעדן סעזאָן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.