ייִוואָ ווערט אָנערקענט דורך אַמעריקאַנער רעגירונג פֿאַרן ראַטעווען קולטור־אוצרותYIVO recognized by US government for saving cultural treasures
דורך דער סובווענץ פֿון $119,433, וועט מען אויפֿהאַלטן פֿיר זאַמלונגען פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן טעאַטער און מוזיק.
דער מלוכישער „אינסטיטוט פֿאַר מוזיי־אַרבעטער און ביבליאָטעקערײַ“ האָט לעצטנס געגעבן דעם ייִוואָ אַ סובווענץ פֿון $119,433 אויפֿצוהאַלטן פֿיר זאַמלונגען פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן טעאַטער און מוזיק.
די פֿעדעראַלע סובווענץ־פּראָגראַם, „דאָס ראַטעווען אַמעריקעס קולטורעלע אוצרות“, שטיצט אונטער אַרכיוואַלע פּראָיעקטן, ווי אויך היסטאָרישע בנינים, אַרכעאָלאָגישע גראָבונגען און נאַציאָנאַלע פּאַרקן, וואָס שפּיגלען אָפּ די רײַכקייט פֿון דער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה.
די סובווענץ וואָס מע האָט געשאָנקען דעם ייִוואָ וועט דערמעגלעכן דאָס אויפֿהאַלטן און דיגיטאַליזירן פֿיר זאַמלונגען וואָס זענען אַ טייל פֿונעם „ווילנער פּראָיעקט אויפֿן נאָמען פֿון עדוואַרד בלאַנק“. די ערשטע זאַמלונג איז די פֿונעם אַמאָליקן „אסתּר־רחל קאַמינסקאַ טעאַטער־מוזיי“. דאָס איז געווען דער אָריגינעלער טעאַטער־אַרכיוו פֿונעם ווילנער ייִוואָ, און נעמט אַרײַן כּתבֿ־ידן, אַפֿישן, בריוו און בילדער פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן טעאַטער אין פּוילן און אַנדערע לענדער פֿאַרן חורבן.
די צווייטע איז די מוזיק־זאַמלונג פֿונעם אַמאָליקן „אסתּר־רחל קאַמינסקאַ טעאַטער־מוזיי“, וואָס באַשטייט פֿון זעלטענער מוזיק געשריבן מיט דער האַנט, אַרײַנגערעכנט די פּאַרטיטורן פֿון 200 אָפּערעס, אָפּערעטעס און וואָדעוויל־סקיצן אין אַמעריקע און אייראָפּע.
די סובווענץ וועט אויך סובסידירן די דיגיטאַליזירונג פֿונעם אַרכיוו פֿון אַבֿרהם משה בערנשטיין, וואָס איז געווען אַן אָנפֿירנדיקער חזן, כאָרמײַסטער, קאָמפּאָזיטאָר און מוזיקאָלאָג, אַקטיוו אין ווילנע פֿונעם סוף 19טן יאָרהונדערט ביז די 1930ער יאָרן. די זאַמלונג נעמט אַרײַן די נאָטן פֿון חזנות, פֿאָלקסלידער און קינדער־לידער.
די פֿערטע זאַמלונג איז דער אַרכיוו פֿונעם אַנשטאַלט, וואָס איז אַמאָל געווען דער וויכטיקסטער אינסטיטוט געווידמעט דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער מוזיק. דער אַרכיוו פֿונעם פּעטערסבורגער „געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק“ נעמט אַרײַן בריוו, פּראָטאָקאָלן, אַפֿישן און מוזיק פֿון דער געזעלשאַפֿט צווישן די יאָרן 1908־1930. די זאַמלונג נעמט אויך אַרײַן מאַטעריאַלן פֿון דער מוזיק־אָפּטיילונג בײַ דער קיִעווער „קולטור־ליגע“ (1920־1926) און די מוזיק־אָפּטיילונג בײַ דער „ייִדישער היסטאָרישער און עטנאָגראַפֿישער געזעלשאַפֿט“ אין לענינגראַד (1927־1929).
כאָטש מע האָט געשאַפֿן די פֿיר זאַמלונגען אין אייראָפּע, נעמען זיי אַרײַן אַ סך מאַטעריאַלן פֿאַרבונדן מיט דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור־ירושה. יונתן ברענט, דער דירעקטאָר און הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿונעם ייִוואָ, האָט איבערגעגעבן אין אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט, אַז „אָט די סובווענץ פֿונעם ׳אינסטיטוט פֿאַר מוזיי־אַרבעטער און ביבליאָטעקערײַ׳ איז אַ באַווײַז, אַז דאָס אויפֿהאַלטן די דאָזיקע זאַמלונגען איז ניט בלויז וויכטיק פֿאַר דער ייִדישער קולטור־ירושה, נאָר פֿאַר דער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה בכלל.“
צווישן די פֿריִערדיקע חפֿצים און בנינים וואָס האָבן באַקומען געלט פֿון דער פֿעדעראַלער פּראָגראַם „דאָס ראַטעווען אַמעריקעס קולטורעלע אוצרות“ זענען די הײַזער פֿונעם אַרכיטעקט פֿראַנק לויד רײַט, דער זינגער און אַקטיאָר פּאָל ראָבסאָן און די באַפֿרײַערין פֿון שקלאַפֿן און אַקטיוויסטקע האַריעט טאָבמאַן; די אַרכיוון פֿונעם מאָלער נאָרמאַן ראָקוועל און דעם שרײַבער ערנעסט העמינגוויי, און דעם נאַציאָנאַלן קאַטעדראַל אין וואַשינגטאָן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO