ווידעאָ: מע עלטערט זיך, אָבער מע שעמט זיך ניטWATCH: Learning to grow older without shame
לוסעט וואַן דען בערג זינגט רחל קאָרנס „מײַן לײַב“, באַגלייט פֿון אַ סינטעז פֿון קלאַסישע און מאָדערנע פּאָפּ־קלאַנגען.
די וואָך האָט די האָלענדישע סאָפּראַנאָ לוסעט וואַן דען בערג אַרויסגעלאָזט אַ מוזיק־ווידעאָ, אין וועלכן זי זינגט רחל קאָרנס ליד „מײַן לײַב“. די מוזיק, קאָמפּאָנירט דורך וואַן דען בערג, נעמט אַרײַן קלאַנגען וואָס דערמאָנען סײַ אין דער קלאַסישער אייראָפּעיִשער מוזיק פֿון אַמאָל און דער וועלט פֿון וווּנדער־מעשׂיות, סײַ אין דער מאָדערנער פּאָפּמוזיק.
אינעם ליד „מײַן לײַב“, פֿאַרגלײַכט רחל קאָרן אַ מענטשנס עלטער ווערן צו אַ בוים אין האַרבסט און דריקט צו ערשט אויס איר באַדויער וועגן דעם, אָבער דערנאָך באַשליסט זי דווקא זיך ניט צו שעמען דערמיט.
שוין מער ווי אַ יאָרצענדליק צייכנט זיך וואַן דען בערג אויס מיט אירע אָריגינעלע מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס צו באַגלייטן די ווערטער פֿון ייִדישע פּאָעטעסעס, איבערהויפּט ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. להיפּוך צו שעכטער־גאָטעסמאַן, וועמענס לידער זענען געוואָרן ברייט באַקאַנט ווי זינגלידער, זינגט מען אָבער זעלטן ווען אַ ליד פֿון דער פּאָעטעסע רחל קאָרן. ווי וואַן דען בערג ווײַזט מיט אָט דעם ליד, פּאַסן זיך אַ טייל פֿון קאָרנס טעקסטן גוט צו צו מוזיק.
רחל קאָרן איז אויפֿגעוואַקסן אויף אַ ריזיקן גוט מיט אַ פֿאַרם און וועלדער און, ניט געקוקט אויף אירע ליטעראַרישע טעטיקייטן און פֿאַרבינדונגען מיט ליטעראַרישע קרײַזן אין די גרויסע שטעט פֿון גאַליציע, איז זי געבליבן אויף איר משפּחהס גוט ביז 1941. קיין חידוש ניט, וואָס די נאַטור שפּילט אַן אָנפֿירנדיקע ראָלע אין אירע לידער.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO