ווידעאָ: צוויי פּסיכעדעלישע ראָקלידער וועגן ליבע־טראַגעדיעסWATCH: Two psychedelic Yiddish rock songs about love gone wrong
די קאַפּעליע „פֿאָרשפּיל“ זינגט „פֿישעלעך אין וואַסער“ און „אַ נײַע געשיכטע“ אין אַ סטיל וואָס דערמאָנט אין „פּינק פֿלויד“.
די קאַפּעליע „פֿאָרשפּיל“, מיט דער זינגערין סאַשע לוריא בראָש, האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַן אַלבאָם „צוויי“. דאָס קאָמפּאַקטל האָט באַקומען אַ סך אָפּרופֿן אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע צוליב אַ פּראָפֿיל פֿון דער קאַפּעליע, וואָס איז סינדיקירט געוואָרן דורך דער „ייִדישער טעלעגראַפֿישער אַגענטור.“ צווישן די לידער אויפֿן נײַעם אַלבאָם זענען צוויי ייִדישע באַלאַדעס פֿאַרבונדן מיט פֿאַרלוירענע ליבעס און וואַסער — „פֿישעלעך אין וואַסער“ און „אַ נײַע געשיכטע.“
לוריא זינגט די לידער אויף אַ טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטייגער, אַזוי ווי אַ פֿאָלקזינגערין וואָלט זיי געהאַט געזונגען איינע אַליין מיט 100 יאָר צוריק. נאָר באַגלייט ווערט זי מיט פּסיכעדעלישער ראָקמוזיק, וואָס איז אַ סך מער ענלעך צו אַזעלכע קאַפּעליעס ווי The Doors אָדער Pink Floyd, איידער עפּעס וואָס מע האָט אַמאָל געהערט אין אַ ייִדישן שטעטל. דער אומדערוואַרטער סינטעז האָט אָבער אַ בפֿירושע מעלה: ער הייבט אַרויס דעם טרויער פֿון די לידער.
אין געוויינטלעכע אומשטענדן וואָלט די קאַפּעליע גאַסטראָלירט איבער אייראָפּע כּדי מפֿרסם צו זײַן דעם נײַעם אַלבאָם. צוליבן קאָראָנאַ־ווירוס, קען לוריא, וואָס וווינט אין דײַטשלאַנד, אָבער, זיך ניט טרעפֿן מיט די אַנדערע מיטגלידער פֿון דער קאַפּעליע, וואָס וווינען אין לעטלאַנד און ברוקלין. די קאַפּעליע האָט לעצטנס טאַקע אַרויסגעלאָזט אַ מוזיק־ווידעאָ וואָס מע האָט געשאַפֿן פֿון דער ווײַטנס, נאָר כּדי זיך צו באַקענען ווי געהעריק מיט איר קלאַנג, איז כּדאַי צו הערן ווי די גאַנצע קאַפּעליע שפּילט אין איינעם.
דעם ווידעאָ האָט מען פֿילמירט בשעתן קלעזמער־פֿעסטיוואַל „שטעטל נײַקעלן“ אין דעצעמבער 2018 אָבער ערשט געשטעלט אויף יוטוב מיט אַ פּאָר חדשים צוריק.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO