צי זענען גימטריאות ראַציאָנעל?Are Gematria Calculations Rational?
דאָס שפּילן מיט חשבונות קען דינען ווי אַ מעכטיקער מעדיטאַציע־מעטאָד אַרײַנצוברענגען אַ מענטשן אין התלהבֿות און טראַנס.
די קלאַסישע ספֿרים־הקדושים, בפֿרט ספֿרי־קבלה, זענען פֿול מיט אַבסטראַקטע מאַטעמאַטישע און כּמו־קאָמפּיוטערישע חשבונות. דאָס וואָרט גימטריא, ווי עס זענען משער די לינגוויסטן, שטאַמט פֿון צוויי גריכישע טערמינען: געאָמעטריע און „גראַמאַטיאַ‟ – דהײַנו, גראַמאַטיק. בײַ ייִדן מיינט עס עפּעס אַנדערש; דער סאַמע פּשוטער גימטריא־מעטאָד איז די סומע פֿון מאַטעמאַטיש אָפּגעטײַטשטע אותיות אין אַ געוויס וואָרט אָדער פֿראַזע.
עס טרעפֿן זיך אָבער אַנדערע, גאָר קאָמפּליצירטע חשבונות־מעטאָדן, וואָס דערמאָנען אין דער הײַנטיקער קאָמפּיוטערײַ. מיט באַזונדערס טיפֿע כּמו־קאָמפּיוטערישע חשבונות האָט זיך פֿאַרנומען אינעם 14טן יאָרהונדערט רבי אליעזר פֿון וואָרמס, באַקאַנט ווי דער בעל־הרוקח — איינער פֿון די חסידי־אַשכּנז, אַ באַרימטע פֿיגור אין דער אַלגעמיינער געשיכטע פֿון דער אַשכּנזישער ייִדישקייט.
פֿאַקטיש, האָבן די מקובלים פֿון קדמונים אָן באַטראַכט דעם אוניווערס ווי אַ מין ריזיקן קאָמפּיוטער, כאָטש פֿון קיין קאָמפּיוטערס האָבן זיי נישט געוווּסט. על־פּי קבלה, האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן די וועלט פֿונעם ייִדישן אַלף־בית. די אותיות קאָמבינירן זיך, בײַטן זיך, זענען משפּיע איינער אויפֿן צווייטן ווי זכּרון־צעלן אין אַ קאָמפּיוטער, וואָס פֿירט אויס די באַהאַלטענע געטלעכע פּראָגראַם. פּרוּוונדיק צו ווערן „קאָסמישע קאָמפּיוטער־העקערס‟, האָבן די מקובלים במשך פֿון דורות געשטרעבט „אײַנצוברעכן‟ די שיפֿערס פֿונעם אוניווערס.
אַ סך ראַציאָנאַליסטיש געשטימטע לײַט באַטראַכטן אַזאַ געדאַנקען־גאַנג בכלל און אותיות־שפּילערײַען בפֿרט ווי אויסטערלישע אָבערגלייבענישן, הגם די היסטאָריקער האָבן שוין אָגעוויזן, אַז – אויבגלייבענישן צי נישט – האָבן קבלה־חשבונות טאַקע משפּיע געווען אויף דער הײַנטיקער קאָמפּיוטערײַ: דער עיקר, דורכן גרויסן דײַטשישן פֿילאָסאָף גאָטפֿריד ווילהעלם לײַבניץ.
פֿון דעסט וועגן, איז קלאָר, אַז מאַטעמאַטישע שפּילערײַען גיבן צו אַ געוויסן חן און טעם צו דבֿרי־תּורה, פּונקט ווי פּאָעזיע גיט אונדז אַ מעגלעכקייט צו באַנעמען די וועלט אויף אַ מער עסטעטישן, קינסטלערישן אופֿן. קיינער זאָגט נישט, אַז אַזעלכע זיך־גראַמענדיקע ווערטער, ווי „נאַכט‟ און „פּראַכט‟ אָדער „געזונט‟ און „גרונט‟ זענען בעצם פֿאַרבונדן איינער מיטן צווייטן. פֿאָרט, רופֿן די גראַמען אַרויס אַ גאַנצע קייט אַסאָציאַציעס. אין די קבלהדיקע מאַניפּולאַציעס מיט אותיות און חשבונות, וואָס פֿאַרבינדן פֿאַרשיידענע באַגריפֿן אויף אומגעריכטע אופֿנים, שפּירט זיך אויך אַ געוויסער מין פּאָעטישקייט.
רבי אַבֿרהם אַבולעפֿיא (אַבולאַפֿיאַ) האָט באַטראַכט גימטריאות ווי אַ מעכטיקן מעדיטאַציע־מעטאָד. אַזאַ פּסיכאָלאָגישער צוגאַנג איז גאַנץ ראַציאָנעל און שׂכלדיק. נישט ווייניק טעאָרעטישע מאַטעמאַטיקער דערפֿילן אַ גרויסן עקסטאַז, ווען זיי אַנטדעקן עפּעס נײַס; זיי פֿילן זיך דערהויבן צו דער העכערער, ריינער מאַטעמאַטישער וועלט. אַ מקובל קאָן אויך ווערן בהתלהבֿות, ווען ער אַנטדעקט עפּעס אַן אומגעריכטע קייט פֿון גימטריא־אַסאָציאַציעס.
איז עס אָבער בעצם נאַריש און אומראַציאָנעל צו טראַכטן, אַז דער אוניווערס פֿירט זיך אויף ווי אַ ריזיקער קאָמפּיוטער? אין דער וויסנשאַפֿטלעכער וועלט גייען איצט אָן דעבאַטעס אַרום די נײַע טעאָריעס פֿון ד״ר סטיווען וואָלפֿראַם — אַ געוועזענער פֿיזיקער־טעאָרעטיקער און אַ וועלט־באַרימטער קאָמפּיוטער־פּראָגראַמיסט. באַזונדערס באַקאַנט איז ער ווי דער הויפּט־דיזײַנער פֿון דער פּראָגראַם Mathematica.
אין אַפּריל איז וואָלפֿראַם אַרויסגעטראָטן מיט פּרטימדיקע השערות, לויט וועלכע אַלץ אין פֿיזיק, אַרײַנגערעכנט אײַנשטײַנס רעלאַטיוויטעט־טעאָריע און קוואַנט־מעכאַניק, קאָן מען צונויפֿבינדן, אויב מע באַטראַכט דעם אוניווערס טאַקע ווי אַ ריזיקן קאָמפּיוטער, וואָס האַלט אין איין איבערשרײַבן זײַן אייגענע פּראָגראַם. זײַנע השערות האָט וואָלפֿראַם פֿאַרסך־הכּלט אין אַ גרויס פֿאָרשעריש ווערק אויף 448 זײַטן. אַ גרויסער טייל סכעמעס און חשבונות אינעם דאָזיקן דאָקומענט קלינגט ממש ווי אַבסטראַקטע קבלה־מאַניפּולאַציעס מיט סימבאָלן.
וואָלפֿראַם, אַ וועלטלעכער ייִד, דערמאָנט אין ערגעץ נישט קיין אותיות פֿון וועלכער־ניט־איז מענטשלעכער שפּראַך צי וועלכע־ניט־איז רעליגיעזע ענינים; פֿאָרט, קלינגט ער ווי אַ מין נעאָ־מקובל. זײַנע קריטיקער טענהן, אַז זײַענדיק אַ געוועזענער פֿיזיקער, וועלכער האָט זיך אין גאַנצן אָפּגעגעבן מיט קאָמפּיוטערײַ, האָט וואָלפֿראַם „איבערגעפֿלאַנצט‟ זײַן קאָמפּיוטערײַ צוריק אין פֿיזיק און איז פֿאַרגאַנגען דערמיט צו ווײַט.
וואָלפֿראַם איז אָבער נישט אַן איינציקער יחיד אַ טשודאַק; פּראָפֿ׳ געראַרד ט׳ האָפֿט, אַ האָלענדישער נאָבעל־לאַורעאַט אין פֿיזיק, גלייבט אויך, אַז דער אוניווערס פֿירט זיך אויף ווי אַ קאָמפּיוטער. אַזוי האַלט אויך ד״ר עדוואַרד פֿרעדקין, אַ פּראָמינענטער פּראָפֿעסאָר־פֿיזיקער פֿונעם קאַרנעגי־מעלאָן־אוניווערסיטעט.
איז אַזאַ קאָמפּיוטערישער וועלטבאַנעם בלויז אַ מאָדנע פֿאַנטאַזיע? אויב איר האָט ליב פֿיזיק און קאָמפּיוטערײַ, קאָנט איר איבערלייענען סטיווען וואָלפֿראַמס נײַע פֿאָרשונגען, אַרויסגעשטעלט פֿרײַ אויף דער אינטערנעץ ווי, למשל, דעם אַרטיקל און באַשליסט פֿאַר זיך אַליין.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO