אָנלײַן־אונטערנעמונג לכּבֿוד דעם מאָדערניסטישן פּאָעט, משה־לייב האַלפּעריןOnline tribute to the modernist Yiddish poet, Moyshe Leyb Halpern
דער פּאָעט איז מסתּמא צום בעסטן באַקאַנט ווי דער מחבר פֿונעם ליד, „די זון וועט אַרונטערגיין אונטערן באַרג‟.
זונטיק, דעם 30סטן אויגוסט נאָך מיטאָג, וועט מען אָפּמערקן דעם יאָרצײַט פֿונעם גרויסן פּאָעט פֿון ייִדישן מאָדערניזם, משה לייב־האַלפּערן, דורך אַ ספּעציעלער אונטערנעמונג אויף „פֿייסבוק לײַוו‟. די פּראָגראַם ווערט געשטיצט פֿונעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס בשותּפֿות מיטן קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
משה־לייב האַלפּערין איז מסתּמא צום בעסטן באַקאַנט ווי דער מחבר פֿונעם ליד „די זון וועט אַרונטערגיין אונטערן באַרג‟, געזונגען דאָ דורך די „קלעזמאַטיקס‟.
בעת דער פּראָגראַם וועט מען פֿאָרלייענען אַ טייל פֿון האַלפּערינס פּאָעזיע און זינגען זײַנע לידער. עס וועלן זיך באַטייליקן מײַק בורסטין, רפֿאל קרישטאָל, דניאל קאַהן, יעוואַ לאַפּסקער־קאַהן, רות לעווין, סאַשאַ לוריא, מירי קאַראָל און מרים־חיה סיגל.
האַלפּערין איז געבוירן געוואָרן אין זלאָטשעוו, גאַליציע אין 1886 און איז געבראַכט געוואָרן קיין ווין צו 12 יאָר כּדי צו שטודירן קונסט. דאָרט האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן מאָדערניסטישע פּאָעזיע אויף דײַטש. בײַם אומקערן זיך קיין זלאָטשעוו אין 1907 האָט ער גענומען שרײַבן אויף ייִדיש.
אין 1908 האָט ער אימיגרירט קיין ניו־יאָרק וווּ ער האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער שרײַבער־גרופּע „די יונגע‟. זײַן ערשט ביכל פּאָעזיע האָט ער אַרויסגעגעבן אין 1919. דעם זעלבן יאָר האָט ער חתונה געהאַט מיט רייזעלע באַראָן און געהאַט אַ קינד אין 1923. ער האָט אויך געשריבן פֿאַר סאַטירישע זשורנאַלן און אין דער לינקער צײַטונג, „פֿרײַהייט‟. ער איז געשטאָרבן אין 1932.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO