װאָס איז טײַטש „ייִדישע מוזיק‟ אין אַמעריקע?How do we define “Jewish” music in America?
טינאַ פֿריהאַופֿס בוך אַנאַליזירט ווי חזנות, זמירות און פֿאָלקסלידער זענען געוואָרן אַן עיקר־טייל פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור.
װאָס זײַנען די סימנים פֿון „ייִדישער‟ מוזיק? דאָס איז די פֿראַגע, װאָס די אַמעריקאַנער מוזיק־פֿאָרשערין טינאַ פֿריהאַוף שטעלט בײַם סאַמע אָנהײב פֿון איר בוך, „דער פֿענאָמען פֿון ייִדישער מוזיק אין אַמעריקע: אַ צוהערערס וועגווײַזער‟.
זי זאָגט גלײַך, אַז די דאָזיקע פֿראַגע האָט ניט קײן קלאָרן ענטפֿער אָבער מען טאָר זי ניט איגנאָרירן. װאָס מאַכט מוזיק ייִדישלעך? װעגן דעם זײַנען דאָ פֿאַרשידענע דעות. אײניקע האַלטן אַז דאָ רעדט זיך, דער עיקר, פֿון חזנות און חסידישע ניגונים. אַנדערע טײַטשן עס אױס אינעם עטנאָגראַפֿישן זינען, װאָס נעמט אַרײַן ייִדישע פֿאָלקסלידער, כּלי־זמר און פּאָפּולערע מוזיק. פֿריוהאַופֿס צוגאַנג צו דעם דאָזיקן ענין איז אַן אַרומנעמיקער. איר כּװנה איז צו געבן די לײענער אַ װעגװײַזער װאָס זאָל זײ אַרײַנפֿירן אין דער לעבעדיקער און פֿילקלאַנגיקער װעלט פֿון דער ייִדישער מוזיקאַלישער שעפֿערישקײט אין אַמעריקע.
יעדעס קאַפּיטל פֿונעם בוך גיט אַן איבערזיכט פֿון אַ געװיסן זשאַנער אַמעריקאַנער ייִדישער מוזיק לױט דעם אָרט, װוּ מען שפּילט אָדער זינגט עס: אין שיל, אין דער הײם, אין טעאַטער, קינאָ אָדער קאָנצערט, קלובן אָדער באַרס. דאָס איז אַ פּראַקטישער, קלאָרער צוגאַנג. מוזיק עקזיסטירט ניט סתּם פֿאַר זיך, זי װערט געשפּילט אין אַ געװיסן רױם פֿאַר אַ געװיסן עולם. אָבער די אַלע ערטער און סבֿיבֿות האָבן אײן זאַך בשותּפֿות: אַלץ קומט פֿאָר אין אַמעריקע.
מוזיק איז געװען אַ באַשטאַנדטײל פֿון דער ייִדישער קולטור, װאָס די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן מיטגעבראַכט קײן אַמעריקע פֿון פֿאַרשײדענע לענדער פֿון דער אַלטער היים. דערבײַ האָט יעדע אימיגראַציע־כװאַליע געהאַט אַ פּאָר יחידים, װאָס האָבן געדינט װי פֿאַרמיטלער צװישן צװײ װעלטן. פֿריהאַוף איז ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אין דער ראָלע פֿון יענע מענטשן, װעלכע האָבן צוגעפּאַסט די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון דער אַלטער הײם צו דעם אַמעריקאַנער געשמאַק. אין חזנות איז אַזאַ מין פֿיגור געװען יאָסעלע ראָזנבלאַט (1882 – 1933). זײַן סטיל איז געװען אָפֿן פֿאַר חידושים און אימפּראָװיזאַציעס, װאָס ער האָט געשעפּט אי פֿון חסידישע ניגונים אי פֿון איטאַליענישע אָפּערעס. אין משך פֿון יאָרן האָט זיך אין אַמעריקע אױסגעפֿורעמט אַן אײגנאַרטיקער סינטעטישער סטיל פֿון חזנות, אַ מין שמעלצטאָפּ פֿון פֿאַרשידענע טראַדיציעס.
דאָס צװײטע קאַפּיטל באַטראַכט לידער און ניגונים, װאָס מען זינגט אין דער הײם בײַם טיש, בפֿרט אױף שבת, פּסח און חנוכּה. אַ װיכטיקע פֿיגור דאָ איז די הײַנטצײַטיקע אַמעריקאַנער ייִדישע פֿאָלקזינגערין דעבי פֿרידמאַן. מיט צען יאָר צוריק האָט זי געשאַפֿן „אַ שײנעם און אַרײַנדרינגענדיקן ניגון‟ פֿאַר „שלום עליכם‟, מיט װעלכן מען באַגריסט מלאָכים פֿרײַטיק־צו־נאַכטס. פֿריהאַוף האַלט דאָס פֿאַר אַ באַװײַז, אַז ייִדישע פֿאָלסטימלעכע שעפֿערישקײט איז עד־היום לעבעדיק אין אַמעריקע.
די דאָזיקע שעפֿערישקײט איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿונעם אַלגעמײנעם אױפֿלעב פֿון דער פֿאָלקסמוזיק אין אַמעריקע אין די 1960ער יאָרן. „דער ייִדישער רעפּערטואַר איז קײן מאָל ניט געװען אינעם צענטער פֿונעם דאָזיקן אױפֿלעב, אָבער ייִדן האָבן דאָ געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע,‟ שרײַבט פֿריהאַוף. ייִדן זײַנען ניט נאָר געװען מוזיקער, נאָר אױך טאַלאַנט־אַגענטן, באַלעבאַטים און פֿאַרװאַלטערס פֿון סטודיאָס און קלובן. נאָך אין 1948 האָט שלום אַשעס זון מאָזעז אַש געשאַפֿן די קאָמפּאַניע „פֿאָלקװײס רעקאָרדס‟, װאָס האָט אַרױסגעגעבן העכער װי צװײ טױזנט רעקאָרדירונגען פֿון פֿאָלקסמוזיק פֿון דער גאַנצער װעלט. אָבער װאָס פֿאַר אַ שײכות האָט די דאָזיקע ייִדישע אַקטיװיטעט צו דער „ייִדישער מוזיק‟? צוליב געשעפֿטלעכע סיבות, דערקלערט פֿריהאַוף, האָבן פּאָפּולערע ייִדישע זינגער, װי למשל טעאָדאָר ביקעל, זיך ניט געקאָנט פֿאַרגינען צו שפּילן און זינגען בלױז אַ ייִדישן רעפּערטואַר פֿאַרן ברײטן עולם אין גרױסע קאָנצערט־זאַלן. אָבער הײַנט, װען יעדער צוהערער קאָן צונױפֿקלײַבן אַן אײגענע שפּיל־רשימה פֿון דיגיטאַלע מקורים, באַקומט די ייִדישע מוזיק אַ נײַעם עולם, װאָס איז צעזײט און צעשפּרײט איבער דער גאַנצער װעלט.
גאַנץ נײַ איז דער פֿענאָמען פֿון דער חסידישער מוזיק אין אַזעלכע מאָדערנע סטילן װי רעפּ און היפּ־האָפּ. קינסטלער װי מתּתיהו אָדער ליפּא שמעלצער האָבן יאָרן לאַנג באַטאָנט זײער ייִדישקײט דורך חסידישע בגדים, באָרד און פּאות. זײער עולם איז מער אַ „הײמישער‟, װאָס איז בכּוח אָפּצושאַצן זײער שפּראַך, סטיל און קולטורעלע רמזים. װײניקער באַקאַנט, אָבער נאָך מער ראַדיקאַל איז די פֿרױען־קאַפּעליע „קױלנפֿעסטע זאָקן‟. דער דאָזיקער נאָמען קומט פֿון די דיקע שװאַרצע זאָקן, װאָס די חסידישע פֿרױען טראָגן צוליב צניעות. די מיטגלידערינס פֿון דער גרופּע זײַנען טאַקע אַלײן חסידישע פֿרױען און זינגען פֿאַרן פֿרױען־עולם, כאָטש זײער סטיל איז גאַנץ װײַט פֿון די טראַדיציאָנעלע חסידישע ניגונים. עס איז מערקװירדיק, װאָס די סאַמע ראַדיקאַלע קינסטלערישע עקספּערימענטן אין דער ייִדישער מוזיק קומען דװקא פֿאָר אין דער גאָר קאָנסערװאַטיװער חסידישער סבֿיבֿה.
דער סאַמע באַקאַנטער סטיל פֿון ייִדישער מוזיק הײַנט־צו־טאָג איז קלעזמער, װאָס איז פּאָפּולער איבער דער גאַנצער װעלט. יונגע אַמעריקאַנער מוזיקער האָבן אין די 1960ער יאָרן איבערגענומען די דאָזיקע טראַדיציע פֿון די טאַלאַנטירטע ייִדישע אימיגראַנטן װי נפֿתּלי בראַנדװײַן. דער סאַמע באַגריף „כּלי־זמר‟ האָט באַקומען אַ נײַעם פּאָזיטיװן באַטײַט אין אַמעריקע, װײַל אין מיזרח־אײראָפּע איז דאָס געװען אַ װאָרט פֿאַר אַ טאַנדעטנעם מוזיקער, „אַ יאַט װאָס קען ניט שפּילן‟. הײַנט קלינגט דאָס װאָרט „קלעזמער‟ נאַטירלעך אױף ענגליש און אַנדערע שפּראַכן. פֿריהאַוף באַמערקט, אַז עס זײַנען דאָ חילוקי־דעות װעגן דעם גענױעם מײן פֿונעם דאָזיקן װאָרט. איז קלעזמער אַ זשאַנער אָדער אַ סטיל? איז דאָס בלױז צום שפּילן אָדער צום זינגען אױך? און אױף װעלכע כּלים שפּילט מען אָט דעם קלעזמער?
דאָס בוך „דער פֿענאָמען פֿון ייִדישער מוזיק אין אַמעריקע‟ איז אַ ניצלעכער אַרײַנפֿיר אין דער רײַכער װעלט פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער מוזיק־קולטור. די מחברטע באַקענט דעם לײענער מיט די װיכטיקסטע שטראָמען, סטילן און זשאַנערס ווי אויך די אָנגעזעענע פּערזענלעכקײטן פֿון דער דאָזיקער קולטור. װײַטער דאַרף מען שױן גײן אַלײן שעפּן פֿאַרגעניגן פֿון דער אײגענער מוזיק־דערפֿאַרונג.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO