רעדעס אויף ייִדיש וועגן „ניט־אָרטאָדאָקסיש“ און דעם פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט Talks in Yiddish about “Unorthodox” and leaving the Hasidic world
אלי ראָזען וועט דיסקוטירן די פּאָפּולערע „נעטפֿליקס“־סעריע און שפֿרה קריינדל־לאָווען — אירע איבערלעבונגען בײַם פֿאַרלאָזן די טאָשער חסידים.
די וואָך וועט מען קענען הערן צוויי „זום“־לעקציעס אויף ייִדיש געווידמעט דער טעמע, דאָס פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט. ביידע לעקציעס זענען טייל פֿון דער פּראָגראַם „ייִדיש־וואָך אַלע וואָך“, אָרגאַניזירט דורך יוגנטרוף.
דאָנערשטיק, דעם 13טן אויגוסט, 12 אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט, וועט שפֿרה קריינדל־לאָווען האַלטן אַ לעקציע, „גיב ניט אויף דײַן חלום“, אין וועלכן זי וועט דערציילן ווי אַזוי זי, צוזאַמען מיט איר מאַן און פֿיר קינדער, האָבן פֿאַרלאָזט די טאָשער חסידישע קהילה אין קוויבעק. אין איר רעדע וועט זי באַשרײַבן ווי אַזוי זי האָט געשאַפֿן אַן אַנדער מין לעבן אויף דאָס נײַ און וועט געבן עצות פֿאַר די, וואָס ווילן אויך מאַכן אַ גרויסע ענדערונג אין זייער לעבן.
דער פֿענאָמען פֿון מענטשן וואָס פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט איז הײַיאָר געוואָרן גוט באַקאַנט דעם ברייטן עולם אַ דאַנק דער „נעטפֿליקס“־סעריע „ניט־אָרטאָדאָקסיש“, וואָס איז באַזירט אויף דבֿורה פֿעלדמאַנס ביכל זכרונות פֿונעם זעלביקן נאָמען. אַ פּאַנעל וועגן דער סעריע וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 16טן אויגוסט, 1:30 נאָכמיטאָג. אינעם פּאַנעל וועט רעדן דער אַקטיאָר און איבערזעצער אלי ראָזען, וואָס האָט געאַרבעט ווי דער ייִדיש־קאָנוסלטאַנט פֿאַר דער סעריע און געלערנט די הויפּט־אַקטריסע שירה האַס ייִדיש. ראָזען האָט אויך געשפּילט די ראָלע פֿונעם רבי יאָסעלע אין דער סעריע. צוזאַמען מיט אים וועט זיך אויך באַטייליקן אינעם פּאַנעל דער אַקטיאָר טל חבֿר־כיבאָווסקי, וואָס האָט געשפּילט די ראָלע פֿון אַהרן שאַפּיראָ, אַ קרובֿ פֿון אסתּי, די העלדין פֿון דער סעריע (געשפּילט דורך שירה האַס).
די רעדעס קען מען זען בחינם אָבער מע בעט אַז די וואָס קוקן די פּראָגראַם זאָלן שענקען אַ בײַשטײַער פֿון אַכט דאָלאַר. נאָך אינפֿאָרמאַציע, און כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO