Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִוואָ פֿאַרענדיקט זײַן גרעסטע זומער־פּראָגראַם, ניט געקוקט אויף דער מגפֿה YIVO completes its largest ever Yiddish summer program despite coronavirus

מע האָט צוגעגעבן לערער און געביטן די לערן־שעהען כּדי צוצופּאַסן די קלאַסן צו דער אינטערנעץ, אָבער ניט אַלצדינג קען מען פֿאַרבײַטן מיט „זום“.

כּדי אָנצוקומען צו זײַנע קלאַסן אין דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, איז דן שור געפֿאָרן יעדן טאָג מיט דער 6־באַן פֿונעם אינטערנאַט בײַם „ווײַ“ (ייִדישן קולטור־צענטער) אויף דער 92סטער גאַס ביזן „צענטער פֿון דער ייִדישער געשיכטע“ אויף דער 16טער גאַס. 

הײַיאָר איז דער מהלך געווען אַ סך קירצער פֿאַר שור, אַ קאָמפּאָזיטאָר פֿון אָפּערעס און אַ לערער בײַם „בערקלי־מוזיק־קאָלעדזש“ אין באָסטאָן. ער האָט בלויז געדאַרפֿט גיין אַ פּאָר טריט פֿונעם שלאָפֿצימער ביזן קאָמפּיוטער־צימער אין זײַן דאָרפֿיש פֿאַרמהויז אין לוריי, ווירדזשיניע. געוויינטלעך וווינט שור טיילצײַטיק אין אַרלינגטאָן, וווּ זײַן פֿרוי שפּילט די אָבאָע אין אַ מיליטערישער קאַפּעליע און טיילצײַטיק אין באָסטאָן, אָבער די טעג שטייט ער אײַן אינעם אַלטן פֿאַרמהויז, כּדי זיך צו דערווײַטערן פֿון מענטשן און דערבײַ פֿאַרקלענערן די סכּנה פֿון אָנשטעקן זיך מיטן קאָראָנאַ־ווירוס. להיפּוך צו דער פֿאַראַיאָריקער זומער־פּראָגראַם אין צענטער ניו־יאָרק מיט איר האַוועניש, ציט ער איצט זײַן וואַסער פֿון אַ ברונעם און הערט ווי עס מרוקן קי. ווען עס גייט אַ שלאַקרעגן, האָט ער אָפֿט צרות מיט זײַן אינטערנעץ־פֿאַרבינדונג, וואָס ער קריגט אַ דאַנק אַ סאַטעליטן־אַנטענע אויפֿן דאַך. 

„ס׳איז זייער אַנדערש פֿון פֿאָרן יעדן טאָג אין ׳יוניאָן־סקווער׳,“ האָט שור געזאָגט. „מײַנע עלטער־זיידעס וואָלטן דערקענט דעם ברונעם, די קי, דאָס פֿאַרמהויז און דאָס ייִדיש־לשון. דעם קאָמפּיוטער און ׳זום׳, אָבער — ניט.“

  דאָס לערנען זיך פֿון דער ווײַטנס דורך דער אינטערנעץ איז ניט דער איינציקער אופֿן, ווי אַזוי די הײַיאָריקע זומער־פּראָגראַם, ייִוואָס 53סטער, איז אַנדערש פֿון די פֿריִערדיקע. ווען בען קאַפּלאַן, דער דערציִונג־דירעקטאָר בײַם „ייִוואָ“, און דוד בראַון, דער פּראָגראַמס אַקאַדעמישער דירעקטאָר, האָבן אין אַפּריל שוין פֿאַרשטאַנען, אַז עס וועט צוליבן קאָראָנאַ־ווירוס בכלל ניט זײַן מעגלעך צו מאַכן די פּראָגראַם אין ניו־יאָרק, האָבן זיי אײַנגעזען, אַז מע וועט דאַרפֿן אַלצדינג ווידער פֿאַרקלערן פֿון דאָס נײַ. 

„דער טערמין זיך צו פֿאַרשרײַבן איז שוין געווען געענדיקט און מיר האָבן געדאַרפֿט די רעגיסטראַציע ווידער אויפֿעפֿענען מיט אַ נײַעם פּראָדוקט,“ האָט בראַון געזאָגט. „מיר האָבן די סטודענטן געגעבן נאָך אַ חודש, און צוליב דעם ריזיקן אָפּרוף האָבן מיר געדאַרפֿט צוגעבן נאָך סעקציעס, כּדי צו קענען אַרײַננעמען אַלעמען.“

„מיר האָבן געדאַרפֿט כּמעט פֿאַרטאָפּלען די צאָל לערער,“ האָט קאַפּלאַן געזאָגט. „און דאָס אַלץ אין דער לעצטער מינוט. מיר האָבן באמת ניט געוווּסט, ווי אַזוי דאָס וועט אַלץ גיין, אָבער מיר האָבן געוואָלט באַדינען וויפֿל סטודענטן מיר האָבן נאָר געקענט.“

„מײַן צוגאַנג איז געווען: ׳אַז מע בויט עס, וועלן זיי שוין קומען׳,“ האָט בראַון צוגעגעבן. „און מע איז טאַקע געקומען“. 

בסך־הכּל האָבן זיך געלערנט אין דער פּראָגראַם 120 סטודענטן, אַ צוּוווּקס פֿון זעכציק פּראָצענט אין פֿאַרגלײַך מיט פֿאַראַיאָרן. צווישן זיי זענען געווען סטודענטן פֿון 14 לענדער און 23 אַמעריקאַנער שטאַטן.

„מיר האָבן געלערנט מער סטודענטן ווי מיר וואָלטן פֿיזיש געקענט אַרײַננעמען אינעם בנין,“ האָט קאַפּלאַן געזאָגט.

דערצו זענען די קורסן — פֿאַר געוויסע סטודענטן —  אָנגעגאַנגען אַכט וואָכן, צוויי וואָכן לענגער ווי געוויינטלעך, ווײַל דאָס מאָל האָט מען צוגעגעבן אַ צוויי־וואָכיקן קורס פֿאַר סטודענטן, וואָס האָבן אָדער שוין געהאַט פֿאַרענדיקט דעם אַוואַנסירטן ניוואָ, אָדער האָבן שוין געקענט ייִדיש אויף אַ הויכער מדרגה. בײַ די סטודענטן פֿון די אַנדערע ניוואָען האָט די פּראָגראַם געדויערט זעקס וואָכן ווי יעדעס יאָר. 

כּדי די סטודענטן אויפֿן מערבֿ־ברעג זאָלן זיך קענען באַטייליקן האָט מען הײַיאָר אָנגעהויבן די קלאַסן 10:00 אין דער פֿרי אַנשטאָט 9:00. שפּעטער פֿון דעם וואָלט געווען צו שווער פֿאַר די סטודענטן אין אייראָפּע.

דאָס אַלץ איז אָבער געווען אַ קלייניקייט אין פֿאַרגלײַך מיט דער טירחה וואָס עס האָט געפֿאָדערט אַריבערצופֿירן אַלע קלאַסן אויף דער אינטערנעץ. אַחוצן אינטעגרירן אין דער לעצטער מינוט נאָך לערער אין דער פּראָגראַם (שוין ניט קיין גרינגע זאַך אין נאָרמאַלע באַדינגונען), האָט מען געדאַרפֿט צופּאַסן אַלע מאַטעריאַלן צו דער אינטערנעץ און זיך אויסלערנען ווי אַזוי צו באַהערשן „זום“ און „קאַנוואַס“. פֿון דעסט וועגן, האַלט בראַון, האָט דער אינטערנעץ־נוסח פֿון דער פּראָגראַם פֿאָרגעשטעלט מיט זיך עטלעכע מעלות אין פֿאַרגלײַך מיט אַ געוויינטלעכן קלאַס. קודם האָבן די סטודענטן געקענט זיך באַנוצן מיט מער מולטימעדיע־רעסורסן ווי אין אַ קלאַס וואָס טרעפֿט זיך פּנים־אל־פּנים. דערצו האָבן די פּריוואַטע צימערלעך דורך „זום“ „געשאַפֿן אַן אינטימקייט, וואָס מע וואָלט אַנדערש ניט געקענט דורכפֿירן.“

„אין געוויסע אופֿנים איז עס טאַקע בעסער ווי אין אַ נאָרמאַלן קלאַסצימער,“ האָט קאַפּלאַן צוגעגעבן. „אינעם ׳צענטער׳ (פֿון דער ייִדישער געשיכטע) קען מען ניט האַלטן אין איין שיקן די תּלמידים אַרײַן און אַרויס פֿון צימער, זיי זאָלן שמעוסן אין קלענערע גרופּקעלעך. אויף ׳זום׳ קען מען אָבער דאָס גלײַך טאָן.“ 

 כּדי צו שטיצן די געזעלשאַפֿטלעכע פֿאַרבינדונגען בײַ די סטודענטן, האָט מען הײַיאָר געשאַפֿן ספּעציעלע „קרײַזלעך“, אומפֿאָרמעלע שמועס־גרופּעס, אין וועלכע סטודענטן מיט בשותּפֿותדיקע אַקאַדעמישע אינטערעסן האָבן געקענט שמועסן צוזאַמען אויף ייִדיש. מע האָט, למשל, דורכגעפֿירט „קרײַזלעך“ געווידמעט דער ייִדישער מוזיק, דער ייִדישער לינגוויסטיק, דער ייִדישער געשיכטע, דער ביבליאָטעקערײַ, דעם ייִדישן טעאַטער וכדומה.     

דוד בראַון און בען קאַפּלאַן רעדן מיט אַ גרופּע סטודענטן Image by YIVO Institute for Jewish Research

אַוודאי קענען די „זום“־קלאַסן און „קרײַזלעך“ אָבער ניט פֿאַרבײַטן אַלע אַספּעקטן פֿון דער פּראָגראַם. 

קאַראָלינע עמיג, אַ דאָקטאָראַנטקע אינעם רעגנסבורגער אוניווערסיטעט, דײַטשלאַנד, וואָס שרײַבט איר טעזיס וועגן דעם פּאָעט לייב קוויטקאָ, האָט פֿאַראַיאָרן ליב געהאַט צו פֿאָרן מיטן „סאָבוויי“ און באַזוכן „צענטראַל־פּאַרק“. ס׳איז געווען איר ערשט מאָל אין אַמעריקע און זי האָט הנאה געהאַט פֿון די עקסקורסיעס אינעם „טענעמענט־מוזיי“ און אינעם „הר הרכּמל“־בית־עולם אין קווינס, וווּ עס ליגן שלום־עליכם, מאָריס ראָזענפֿעלד, אַב. קאַהאַן און אַ צאָל אַנדערע באַרימטע ייִדישע שרײַבער און קולטור־טוער.

„די געזעלשאַפֿטלעכע איבערלעבונג איז אין גאַנצן אַנדערש הײַיאָר,“ האָט עמיג געזאָגט. „נאָך זעקס אָדער אַכט שעה אויף ׳זום׳ האָט מען מער ניט קיין כּוח. ס׳איז ניט ווי פֿאַראַיאָרן, ווען מענטשן האָבן כּסדר געשמועסט אין די קאָרידאָרן און געקענט ספּאָנטאַן באַשליסן אַרויסצוגיין צוזאַמען טרינקען אין אַ באַר אָדער באַזוכן צענטראַל־פּאַרק. מע באַקענט זיך אַ סך ווייניקער מיט די סטודענטן פֿון די אַנדערע שפּראַכקלאַסן.“

„מע זעט די פּנימער פֿון אונדזערע מיט־סטודענטן אָבער ס׳איז פֿאָרט ניט די זעלביקע ווי זיי צו זען פּנים־אל־פּנים,“ האָט שור, דער אָפּערע־קאָמפּאָזיטאָר, צוגעגעבן.

סײַ שור סײַ עמיג האָבן אָבער באַטאָנט, אַז דער אַקאַדעמישער ניוואָ איז געווען פּונקט אַזוי הויך ווי פֿאַראַיאָרן. 

„איך האָב דרײַ דיפּלאָמען און אַ ׳פֿולברײַט׳ אָבער די ייִוואָ־פּראָגראַם איז ממש די שווערסטע אַקאַדעמישע פּראָגראַם אין וועלכער איך האָב זיך אַ מאָל באַטייליקט,“ האָט שור געזאָגט. „אין דעם זין איז הײַיאָר געווען פּונקט אַזוי געראָטן ווי פֿאַראַיאָרן.“

„די ענערגיע און אימפּעט זענען געווען פּונקט ווי פֿריִער,“ האָט עמיג צוגעגעבן. „מע זאָגט אַפֿילו, אַז מער סטודענטן האָבן אַרײַנגעשיקט די היימאַרבעטן צו דער צײַט, ווײַל מע איז דאָך געזעסן אין דער היים, און ניט געפֿאָרן אויף קיין עקסקורסיעס אָדער געגאַנגען טרינקען אַ לחיים. מיר האָט אָבער שטאַרק אויסגעפֿעלט, וואָס איך האָב ניט געקענט נוצן די אַרכיוון צו מאַכן פֿאָרשונגען פֿאַרן טעזיס.“ 

דער איצטיקער קריזיס האָט אויך געווירקט אויפֿן לימוד גופֿא. אין ד׳׳ר מרים טרינס אַוואַנסירטן ליטעראַטור־קלאַס האָבן שור און עמיג געלייענט עטלעכע ווערק פֿון י. ל. פּרץ וואָס באַהאַנדלען די כאָלערע־עפּידעמיעס פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. מע האָט געלייענט אַ בראָשור וואָס פּרץ האָט אָנגעשריבן לשם פֿאָלקסגעזונט און אַנאַליזירט ווי אַזוי דער תּוכן פֿון יענעם בראָשור האָט משפּיע געווען אויף זײַנע שפּעטערדיקע דערציילונגען. מע האָט אויך אַרומגערעדט אַלטע רפֿואות קעגן דער כאָלערע, אַרײַנגערעכנט באַשווערונגען, אין וועלכע מע האָט פּרובירט אַרויסזעצן דעם קרענק אַזוי ווי ער וואָלט געווען אַ דיבוק.

אין לעצטן סך־הכּל האַלט בראַון די הײַיאָריקע פּראָגראַם פֿאַר אַ גרויסן דערפֿאָלג. 

„מיר האָבן געדאַרפֿט שלעפּן דעם וואָגן אין אַ שווערער צײַט, ווען מיר האָבן פֿאָרט געוואָלט באַרײַכן דאָס לעבן ווען אַלץ איז אַזוי געזעלשאַפֿטלעך אָפּגעשוואַכט. מיר זענען אַלע געוואַקסן ווי לערער און סטודענטן.“

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version