Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אוידיאָ: בעתן קריזיס מעגן די קינדער הערן אַ ביסל טשײַקאָווסקיLISTEN: During the crisis, our kids could use some Tchaikovsky

נישט געקוקט אויפֿן אַנטיסעמיטיזם פֿון געוויסע קאָמפּאָזיטאָרן באַעוולען מיר די קינדער ווען מיר מעקן אויס די מײַסטערווערק פֿון אונדזער קולטור־ירושה.

מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.

כ׳בין אָנגעקומען אין וואַשינגטאָן־הײַטס, מאַנהעטן, ווי איך טו יעדע וואָך, כּדי אָפּצונעמען מײַן 3־יאָריק אייניקל און אים פֿירן צו מיר אַהיים. אָבער דאָס מאָל האָב איך אָפּגעמאַכט בײַ זיך צו בײַטן אונדזער רוטין.

געוויינטלעך לאָז איך אים זיך שפּילן מיט מײַן מאָבילקע בשעת איך פֿיר דעם אויטאָ, און יעדעס מאָל געפֿינט ער דאָס זעלבע פּאָפּולער קינדערלידל, The Wheels on the Bus (די רעדער בײַם אויטאָבוס) און שפּילט עס נאָך אַ מאָל און איבער אַ מאָל. אָבער איצט, ווען ער האָט מיך געבעטן אים געבן די מאָבילקע, האָב איך געענטפֿערט: „ניין, הײַנט וועל איך אויסקלײַבן דאָס ליד.‟

ער האָט זיך אַוודאי אַנטקעגנגעשטעלט. אָבער ווי נאָר כ׳האָב אָנגעשטעלט די ראַדיאָ־סטאַנציע פֿון קלאַסישער מוזיק, WQXR — צום גליק, פּונקט בײַם אָנהייב פֿון פּיאָטר איליטש טשײַקאָווסקיס באַלעט, „די שלאָפֿנדיקע שיינקייט‟ — איז ער שטיל געוואָרן. כ׳האָב געגעבן אַ קוק אינעם הינטערשפּיגל: דאָס קעפּל בײַ אים — אַ ביסל אָנגעבויגן האָט ער צום ערשטן מאָל במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע דרײַ חדשים, אַרויסגעקוקט דורכן פֿענצטער אויף די ביימער, שיינע הײַזער און פֿילפֿאַרביקע געשעפֿטן אַנשטאָט צו פֿאָקוסירן אויפֿן קליינטשיקן עקראַן אין זײַנע הענטעלעך.

„די מוזיק געפֿעלט דיר?‟ האָב איך געפֿרעגט.

ער האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ אויף יאָ.

בעת די אָנגעשטרענגטע צײַטן פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס, וואָלטן אונדזערע קינדער — און מיר אַלע — געקענט געפֿינען פֿרייד, מנוחה און אַפֿילו אַ נשמה־ציטער, בײַ די געניאַלע ווערק פֿון קלאַסישע קאָמפּאָזיטאָרן. מײַן אייניקל ווייסט נישט ווי סאָפֿיסטיצירט איז טשײַקאָווסקיס מוזיק צו דעם באַלעט, אַז די גוטע כּוחות (דאָס בעז־פֿעעלע) און די שלעכטע כּוחות (קאַראַבאָסע) ווערן רעפּרעזענטירט דורך אַ מוזיקאַלישן לײַטמאָטיוו וואָס קורסירט דורכן גאַנצן ווערק. און דאָך איז ער געווען פּונקט אַזוי פֿאַרכּישופֿט פֿון דער מוזיק ווי אַ געבילדעטער מוזיק־מבֿין בעת אַ קאָנצערט אין קאַרנעגי האָל.

בײַ אַ סך ייִדן הײַנט האָט די קלאַסישע מוזיק עד־היום אַ פֿאַרפֿלעקטע רעפּוטאַציע צוליב דעם אַנטיסעמיטיזם פֿון געוויסע קאָמפּאָזיטאָרן ווי ריכאַרד וואַגנער און יאָ, אַפֿילו — כאָטש נישט אויף דער זעלבער מדרגה ווי וואַגנער — טשײַקאָווסקי. איינער פֿון מײַנע אייגענע באַליבטסטע קאָמפּאָזיטאָרן, ריכאַרד שטראַוס — וועמעס סימפֿאָניש ליד „אַלזאָ שפּראַך זאַראַטוסטראַ‟ איז גיכער באַקאַנט ווי די מעלאָדיע פֿונעם פֿילם „2001 A Space Odyssey — האָט אייגנטלעך געשריבן עטלעכע קאָמפּאָזיציעס לטובֿת די נאַציס. ער האָט אַפֿילו געווידמעט אַ סימפֿאָניש ליד, „דאַס באַכלײַן‟ (דאָס וואַסערל) זשאָזעף געבעלס, אַ פּנים — כּדי זיך צוצוחנפֿענען צו אים.

פֿון דער אַנדערער זײַט האָט שטראַוס אויסגעניצט זײַן פּראָטעקציע בײַ די נאַציס צו באַפֿרײַען פֿון אַרעסט זײַן ייִדישע שנור וועמען ער האָט שטאַרק ליב געהאַט און ער האָט אַפֿילו געפּרוּווט אַלץ אין דער קאָרט צו באַפֿרײַען איר משפּחה פֿונעם טערעזין קאָנצענטראַציע־לאַגער. (צום באַדויערן איז עס אים נישט געלונגען און זיי זענען דאָרט אַלע אומגעקומען.) הייסט עס אַז, כאָטש אין שטראַוסעס פֿאַל, איז די אַפֿיליִיִאַציע מיט די נאַציס אַ פּנים געווען גיכער אַ סימן פֿון אָפּאָרטוניזם איידער אידעאָלאָגישן אַנטיסעמיטיזם.

הגם איך פֿאַרשטיי דעם דערווידער בײַ אַ סך ייִדן ווען זיי פּרוּוון זיך צוהערן צום ווערק פֿון אַ גאון מיט פּראָבלעמאַטישע מאָראַלישע ווערטן, האַלט איך אַז מיר באַעוולען אונדזערע קינדער און זיך אַליין ווען מיר מעקן אויס די מײַסטערווערק פֿון אונדזער קולטור־ירושה.

מײַן טאַטע האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אָבער ער האָט קיין מאָל נישט פֿאַרווערט מײַן מאַמע, אַן אַמעריקאַנער ייִדישע פּיאַניסטקע, צו שפּילן קלאַסישע לידער אויף אונדזער „יאַמאַהאַ‟ פּיאַנע צוליב די אידעאָלאָגישע שטעלונגען פֿון זייערע קאָמפּאָזיטאָרן. צום ווייניקסטן איין מאָל אַ וואָך האָט די מאַמע אָנגעשטעלט דעם פֿאָנאָגראַף אין עסצימער און געשפּילט איגאָר סטראַווינסקיס „פֿרילינג־ריטוס‟, אַראַם כאַטשאַטוריאַנס „פּיאַנע־קאָנטשערטאָ אין רע בעמאָל מאַיאָר‟ אָדער איינס פֿון צענדליקער אַנדערע סימפֿאָנישע ווערק, בעת מײַנע צוויי שוועסטער, ברודער און איך האָבן געשפּילט „מאָנאָפּאָל‟ בײַם עסטיש אָדער געוואַשן דאָס געפֿעס אין קיך. זי האָט אויך אָפֿט קאָמענטירט וועגן דער מוזיק גופֿא. „איר הערט די אָבאָע?‟ „אָט קומט דער קרעשטשענדאָ!‟

במשך פֿון דער סימפֿאָניע, און בפֿרט בײַם סוף, האָט די מוזיק אַרויסגערופֿן טרערן בײַ דער מאַמען און מיר האָבן זי אָפֿט גערייצט וועגן דעם. „אָט וויינט זי שוין ווידער!‟ האָבן מיר געזאָגט. גיי ווייס אַז מיט יאָרן שפּעטער, ווען איך בין שוין אַליין געווען אַ דערוואַקסענע, האָבן כאַטשאַטוריאַנס פּיאַנע־קאָנטשערטאָ און בעטהאָווענס זיבעטע סימפֿאָניע בײַ מיר אויך אַרויסגערופֿן טרערן.

הגם די קלאַסישע מוזיק איז געווען אַזאַ וויכטיקער טייל פֿון אונדזער לעבן־שטייגער האָב איך דאָס קיינעם נישט אויסגעזאָגט. ווען מײַנע חבֿרטעס זענען געקומען פֿאַרברענגען מיט מיר זענען מיר אַרויף צו מיר אין צימער און זיך צוגעהערט צו די פּאָפּולערע לידער פֿון קאַט סטיווענס, דאָן מאַק׳ליין אָדער דזשאָוני מיטשל. אָבער נאָך דעם ווי איך האָב זיך אַרויסגעצויגן פֿון דער היים און געליטן פֿון צרות בײַ דער אַרבעט אָדער דערפֿילט די עלנטקייט פֿון אַ נישט־געלונגענעם ראָמאַנס, האָט דווקא די מוזיק פֿון קלאָוד דעבוסי און מאָריס ראַוועל מיר אויפֿגעפֿרישט די נשמה. כ׳האָב דעמאָלט געטאָן אַ נדר אַז ווען איך וועל אַליין האָבן קינדער וועל איך אָנפֿילן די שטוב מיט די טענער פֿון דער סימפֿאָנישער מוזיק פּונקט ווי מײַן מאַמע האָט געטאָן.

דאָס אויפֿכאָווען דרײַ ייִנגלעך מיט בלויז פֿיר יאָר גערוקט איז אָבער געווען אַ סך שווערע ווי כ׳האָב געמיינט. פֿון צײַט צו צײַט האָב איך זיי געשפּילט קאַסעטן פֿון בעטהאָווענס און סטראַווינסקיס סימפֿאָניעס, און כ׳האָב זיי געשיקט אויף פּיאַנע־ אָדער גיטאַר־לעקציעס אָבער זיי האָבן אַ סך גיכער געוואָלט קוקן טעלעוויזיע אָדער פֿאַרברענגען מיט זייערע ווידעאָ־שפּילן איידער זיך צוהערן צו „דער מאַמעס קאַסעטן‟.

און דאָך — האָט מײַן 36־יאָריקער הײַנט ליב צו נעמען זײַן פֿרוי צו דער אָפּערע, און מײַן 32־יאָריקער האָט אַ פּנים גרויס הנאה ווען ער שפּילט בעטהאָווענס „לבֿנה־שײַן סאָנאַטע‟ אויף דער „יאַמאַהאַ‟־פּיאַנע וואָס מיר האָבן געירשנט פֿון מײַן מאַמען.

האָב איך אײַנגעפֿירט אַ נײַעם מינהג מיט מײַן אייניקל. פֿאָרנדיק צו מיר אַהיים אין דער פֿרי, הערט ער זיך צו צו דער קלאַסישער ראַדיאָ־סטאַנציע, און אויפֿן וועג אַהיים בײַם סוף־טאָג קען ער זיך צוהערן צום אויטאָבוס־ליד.

מיר וועלן שוין זען וועלכע פֿון די צוויי וועט פֿאַרבלײַבן מיט אים לענגער.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.