ווידעאָ: „דעם מילנערס טרערן“ געזונגען פֿון דניאל קאַהן WATCH: Daniel Kahn’s Springsteen-inspired take on “The Miller’s Tears”
מאַרק וואַרשאַווסקיס ליד קלינגט זייער אַקטועל אין דעם נוסח, אינספּירירט פֿון ברוס ספּרינגסטין.
די וואָך האָב איך גערעדט מיט אַ חבֿר וועגן דעם עקאָנאָמישן מצבֿ אין אַמעריקע און דער פֿאַקט, וואָס מע וועט, אַ פּנים, אין דער נאָענטער צוקונפֿט באַזײַטיקן צענדליקער מיליאָנען מענטשן פֿון זייערע וווינונגען מחמת זיי האָבן מער ניט קיין פּרנסה און קענען ניט באַצאָלן קיין דירה־געלט.
„עס קלינגט אַ ביסל ווי דאָס ליד פֿון דניאל קאַהן“, האָט ער געזאָגט.
„וועלכעס?“ האָב איך געפֿרעגט.
„דאָס ליד פֿונעם מילנער“. געמיינט האָט ער קאַהנס נוסח פֿון מאַרק וואַרשאַווסקיס „דעם מילנערס טרערן“ — אַ ליד, וואָס איז הײַנט זייער אַקטועל, 115 יאָר נאָך דעם וואָס ס׳איז געוואָרן פּאָפּולער.
דניאל קאַהנס מוזיק איז באַקאַנט פֿאַר זײַן קלעזמער־, „פּאָנק‟־ און „ראָק‟־סטיל אויף ייִדיש, ענגליש, דײַטש און רוסיש. כאָטש ער איז זייער אַ טאַלאַנטירטער זינגער און מוזיקער, ווי אויך אַ געראָטענער מחבר פֿון זײַנע אייגענע לידער, איז ער ספּעציעל פֿעיִק בײַם איבערזעצן לידער פֿון איין שפּראַך אויף אַן אַנדערער.
לויט מײַן מיינונג איז ער, באַנאַנד מיט זײַן מענטאָר טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל, דער סאַמע געראָטנסטער שאַפֿער פֿון ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ייִדישע זינגלידער. דאָ גייט די רייד ניט בלויז וועגן דעם טעקסט, נאָר אויך וועגן די נאָטן וואָס ער מאָדערניזירט אויף אַזאַ אופֿן, אַז גאָר אַלטע לידער קלינגען בײַ אים נײַ — אָן צו קלינגען געקינצלט אָדער אַנאַכראָניסטיש.
אויבן קען מען זען ווי ער זינגט זײַן נוסח פֿון מאַרק וואַרשאַווסקיס „דעם מילנערס טרערן‟ באַגלייט פֿון זײַן קאַפּעליע „דער באַמאָלטער פֿויגל‟. אין קאַהנס געזאַנג הערט מען ניט בלויז די יסורים פֿון אַ ייִדישן מילנער אין צאַרישן רוסלאַנד, נאָר אויך די השפּעה פֿון ברוס ספּרינגסטין וואָס שילדערט אין זײַנע אייגענע לידער די ליידן פֿון הײַנטיקע אַמעריקאַנער, וואָס געפֿינען זיך, אַזוי ווי דער אַמאָליקער ייִדישער מילנער, אָן אַרבעט און אָן אַ היים. אַזוי ווי דער אַמאָליקער מילנער, רעדט זיך הײַנט וועגן אַ קאַטאַסטראָפֿע, איבער וועלכער די אַרבעטער האָבן ניט קיין שליטה, און עס הערשט אַ געפֿיל, אַז די צײַטן וועלן ווערן נאָך ערגער.
אַ מער ראַפֿינירטער נוסח פֿונעם ליד קען מען הערן דאָ:
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO