Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וווּ צו געפֿינען אַלע ייִדיש־רעסורסן אויף איין אָרטWhere to find all the Yiddish resources you need online

אַ נײַער וועגווײַזער פֿון דער ניו־יאָרקער שטאָט־ביבליאָטעק דערמעגלעכט צוטריט צו טויזנטער ביכער, אַרטיקלען, דערציילונגען און רעקאָרדירונגען.

איינע פֿון די הויפּט־מעלות פֿון וווינען אין ניו־יאָרק איז אַז מע קען זיך באַנוצן מיט די רעסורסן פֿון דער ניו־יאָרקער שטאָט־ביבליאָטעק, צווישן זיי — איר אָפּטייל פֿאַר יודאַיִסטיק, „דורות“.

„דורות“, וואָס מע האָט געגרינדעט אין 1897, האָט איינע פֿון די גרעסטע זאַמלונגען פֿון ייִדישע ביכער (מער ווי 21,000) און צײַטונגען (מיליאָנען זײַטן אויף מיקראָפֿילם) אויף דער וועלט. די אָפּטיילונג האָט אויך אַ צאָל ביבליאָטעקאַרן מיט אַ ים מיט וויסן און פּראַקטיק, צווישן זיי — ד׳׳ר מרים־חיה סיגל און ד׳׳ר ליודמילאַ שאָלאָכאָוואַ.

צום באַדויערן, קען מען די טעג ניט פֿיזיש צוקומען צו די מאַטעריאַלן, וואָס געפֿינען זיך אין דער ביבליאָטעקס הויפּטקוואַרטיר אויף דער 42סטער גאַס. וואָס יאָ, די ביבליאָטעק האָט אַ סך רעסורסן אויף דער אינטערנעץ (דרך־אַגבֿ ניט בלויז אַקאַדעמישע, נאָר אויך פֿילמען, אינפֿאָרמאַציע וועגן מלוכישע פּראָגראַמען, קורסן פֿאַר קליין און גרויס, וכדומה). צווישן זיי געפֿינט מען אַ סך אינפֿאָרמאַציע פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער קולטור־ירושה.

לעצטנס האָט „דורות“ לאַנצירט אַן אינטערנעץ־וועגווײַזער פֿאַר ייִדיש, וווּ מע קען זיך דערוויסן וועגן הונדערטער וועבזײַטן מיט ייִדישע טעקסטן, ווי אויך די וועבזײַטן פֿון ביבליאָטעקן, אַרכיוון און ביכערקראָמען, פֿון וואַנען מע קען קויפֿן ייִדישע ביכער, און לערן־רעסורסן און ביבליאָגראַפֿיעס פֿאַר פֿאָרשער. אויף דער וועבזײַט געפֿינט מען פֿאַרבינדונגען ניט בלויז צו דרויסנדיקע אָרגאַניזאַציעס און אַרכיוון, נאָר אויך צו אַ סך מאַטעריאַלן פֿון ”דורותס“ אייגענער זאַמלונג, אויסגעסדרט לויט דער טעמע.

אַזוי אַרום דינט דער מקורים־ווײַזער אַליין ווי אַ מין ביבליאָגראַפֿיע. אָבער אַנשטאָט אַ פֿולשטענדיקע ביבליאָגראַפֿיע, וואָס וואָלט געגעבן ווײַט צו פֿיל אינפֿאָרמאַציע, טרעפֿט מען בײַ יעדער טעמע בלויז די וויכטיקסטע רעסורסן. דאָס הייסט אָבער ניט, אַז דער וועגווײַזער נעמט ניט אַרײַן קיין סך זעלטענע אוצרות; כאָטש איך באַשעפֿטיק זיך פֿולצײַטיק מיט ייִדיש, זענען אַ סך פֿון די רעסורסן מיר געווען פֿרעמד.

די אינטערנעץ האַלט זיך אין איין בײַטן. וועבזײַטן, אַפֿילו ריזיקע, פֿאַרשווינדן אָן וואָרענונג און נײַע באַווײַזן זיך. אַפֿילו ווען אַ וועבזײַט פֿאַרשווינדט ניט אין גאַנצן, בײַטן זיך זייער אָפֿט די אַדרעסן, וווּ מע קען געפֿינען די אינפֿאָרמאַציע. הייסט עס, אַז להיפּוך צו די ביבליאָגראַפֿיעס פֿון אַמאָל, וואָס די טיטלען פֿון ביכער און אַרטיקלען ווערן בײַ זיי קיינמאָל ניט פֿאַרעלטערט, דאַרף מען מיט אַזאַ אינטערנעץ־וועגווײַזער שטענדיק האַלטן אין איין אַקטואַליזירן די פּרטים. לאָמיר האָפֿן, אַז אָט דער וווּנדערלעכער מקורים־ווײַזער וועט ווײַטער וואַקסן און בלײַבן פֿריש.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.