דער אַראַבישער דאָרפֿפֿירער וואָס האָט געהאָלפֿן ישׂראלThe Arab village leader who aided Israel
דער מוכטאַר האָט מיטגעאַרבעט מיט די ישׂראלדיקע זיכערהייט־כּוחות אָבער ווען ער איז געווען אין אַ סכּנה האָט ישׂראל גאָרנישט געטאָן אים צו ראַטעווען.
אַמאָל האָבן אין אַראַבישע דערפֿער פֿון פּאַלעסטינע, אַזוי ווי אין דער גאַנצער אַראַבישער וועלט, געהערשט טראַדיציאָנעלע מנהיגים, וואָס הייסן מוכטאַרן. איך געדענק זיי. אין אָנהייב 90ער יאָרן, ווען איך האָב זיך נאָר וואָס באַזעצט אין שומרון, זײַנען זיי נאָך געווען אין אַלע אַראַבישע דערפֿער פֿון יהודה, שומרון און עזה־פּאַס אָדער, פּשוט גערעדט, אין „די שטחים‟, ווי מע רופֿט עס אָפֿט אין ישׂראל. איצט זײַנען זיי שוין ניטאָ. אַפֿשר זײַנען נאָך ערגעץ געבליבן מוכטאַרן, אָבער דאָס איז שוין ניט דער מיין־סטרים. אַן עקזאָטישע זאַך, ניט מער.
איך געדענק ווי יצחק ראַבין האָט עפֿנטלעך און הויך געמאָלדן, אַז ער וועט פֿאַר שלום וועגן יאָ באַפֿרײַען אַראַבישע טעראָריסטן, וועלכע געפֿינען זיך, צוליב זייערע פֿאַרברעכנס, אין ישׂראלדיקע תּפֿיסות, נאָר ניט יענע „וואָס האָבן ייִדיש בלוט אויף די הענט‟. איך האָב דעמאָלט אַ טראַכט געטאָן, אַז דאָס איז, טראָץ דעם גאַנצן כּלומרשט פּראָגרעסיוון שאָלעכץ, ביז גאָר אַ ראַסיסטישע זאָגעניש. דאָס עלעמענטאַרסטע רעכט פֿון יעדן מענטשן, אומאָפּהענגיק פֿון זײַן אָפּשטאַמונג, איז דאָך דאָס רעכט אויפֿן לעבן. אָבער ראַבין האָט געמאַכט אַן אונטערשייד, ווי אין פּסוק שטייט, „בין־דם לדם‟, צווישן בלוט און בלוט. ער האָט פֿאַקטיש געזאָגט, אַז בלוט פֿון די אַראַבער, וועלכע האָבן געהאָלפֿן דער ייִדישער מלוכה, קאָסט ווייניקער פֿון ייִדיש בלוט; אַז די טעראָריסטן, וועלכע האָבן פֿאַרגאָסן בלוט פֿון די דאָזיקע אַראַבער, וועלן יאָ באַפֿרײַט ווערן.
די מוכטאַרן האָבן מערסטן טייל מיטגעאַרבעט מיט ישׂראלדיקע מאַכט־אָרגאַנען. זיי האָבן עס געטאָן ניט צוליב ציוניזם, נאָר אין ראַמען פֿון טראַדיציאָנעלע באַציִונגען צווישן אַראַבישע דערפֿער און צעטראַלע מאַכט־אָרגאַנען — טערקישע, בריטישע, ירדנישע, ייִדישע.
די טעראָריסטן וואָס ראַבין האָט מיטגעבראכט פֿון טוניזיע אין הסכּם מיט די נאָרוועגישע אָפּמאַכן — אַראַפֿאַט און זײַנע חבֿרה — האָבן מיט גוואַלד פֿאַרכאַפּט די מאַכט איבער דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג פֿון יהודה, שומרון (אויב איר ווילט, מערבֿ־ברעג) און עזה־פּאַס. די אַלטע אָרטיקע עליטע, וואָס אַ טייל פֿון זיי זײַנען געווען די מוכטאַרן, האָט זיי געשטערט. און די, וואָס האָבן געשטערט ערנסט, זײַנען פֿאַרטיליקט געוואָרן.
פֿונעם ייִשובֿ אלקנה אין מערבֿ־שומרון, וווּ איך האָב דעמאָלט געוווינט, קען מען זען דאָס אַראַבישע דאָרף סאַניריע. ס’איז סך־הכּל אַ פּאָר קילאָמעטער לויט דער גראָדער ליניע. און איך האָב מיט מײַנע אייגענע אויגן געזען די שלאַכט, וואָס האָט געפֿלאַקערט אַרום דעם הויז פֿונעם אָרטיקן מוכטאַר. אַראַפֿאַטס מענטשן האָבן שטורמירט דאָס הויז. די שלאַכט האָט געדויערט עטלעכע שעה, ביז דער מוכטאַר איז אומגעקומען צוזאַמען מיט זײַנע קרובֿים און מקורבֿים. צה”ל איז אים צוהילף ניט געקומען. איך בין דאָרט געשטאַנען אַן אומבאַהאָלפֿענער, געקוקט און זיך געשעמט. ווי אַ ייִד — און ווי סתּם אַ מענטש — איז עס מיר געווען אַן עכטע בושה און אַ דערנידעריקונג פֿאַר אונדז אַלעמען. די מענטשן, וועלכע האָבן מיט אונדז מיטגעאַרבעט האָט מען דערמאָרדעט, און מיר זײַנען זיי צו הילף ניט געקומען, ווײַל זיי זײַנען געווען ניט קיין ייִדן. עד היום שעם איך זיך דערמיט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO