Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די משיחיסטישע שיטה אין חב”דThe Messianic branch in Chabad

דער זיבעטער לובאַװיטשער רבי האָט אַרײַנגעבראַכט ראַדיקאַלע חידושים אין חב”ד און איז נאָך זײַן פּטירה געװאָרן אַ „װירטועלער רבי‟.

ווי ס׳איז גוט באַקאַנט, גלייבן אַ היפּשע צאָל חב”דניקעס אַז דער לעצטער רבי זײערער, ר’ מנחם מענדל שניאורסאָן (1902 – 1994), איז ניט מער און ניט װײניקער װי דער מלך המשיח. די דאָזיקע אמונה רופֿט אַרױס אַ סך פֿראַגעס. דער רבי איז דאָך אַװעק פֿון דער װעלט ג’ בתּמוז תּשנ”ד (דעם 12טן יוני, 1994) און זײַן קבֿר געפֿינט זיך אױפֿן אַלטן מאָנטעפֿיאָרע־בית־עולם אין קװינס, ניו־יאָרק.

װי אַזױ זשע קען ער פֿאַרבלײַבן דער משיח, און װי אַזױ װעט ער ברענגען די גאולה אויף דער װעלט? אַװדאי האָבן די גלױביקע חסידים ענטפֿערס אױף די דאָזיקע פֿראַגעס, און דאָס נײַע בוך פֿונעם ישׂראלדיקן סאָציאָלאָג און עטנראָגראַף יורם בילו, „מיט אונדז נאָך מער ווי תּמיד‟, װאָס איז אַרױס אין אַן ענגלישער איבערזעצונג, דערקלערט די משיחיסטישע אמונה און פּראַקטיק פֿאַר דעם ברײטערן עולם לײענער.

לכתּחילה באַשרײַבט פּראָפֿעסאָר בילו די פּראַקטישע טעטיקײט פֿון דער משיחיסטישער בראַנזשע אין ישׂראל. זײ גלױבן אַז דער רבי קען העלפֿן דורך ניסים אין פֿאַרשידענע שװערע אומשטאַנדן: הײלן פֿון אַ קראַנקײט, געפֿינען אַ שידוך, העלפֿן פֿרױען װערן טראָגעדיק, ראַטעװען דעם זעלנערס לעבן אין דער מלחמה וכדומה. פֿאַר דעם ניצט מען פֿאַרשידענע כּלים. אָפֿט מאָל שטעקט מען אַרײַן אַ קװיטל מיט אַ בקשה אינעם ספֿר פֿון רבינס תּשובֿות, „איגרות קודש‟, מע עפֿנט דאָס זײַטל און לייענט איבער דעם ענטפֿער. איצט קען מען דאָס טאָן דורך אַ װעבזײַטל אױף צען שפּראַכן, צװישן — זײ כינעזיש און אַראַביש (אָבער ייִדיש איז ניטאָ!).

אַ חשובֿן אָרט פֿאַרנעמען אין דער קולטור פֿון חב”ד דעם רבינס בילדער. ער קוקט אױף זײַנע חסידים פֿון די װענט, ביכער און אַפֿילו זײגערס. חב”ד האָט גוט באַהערשט מאָדערנע טעכנאָלאָגיעס, און הײַנט קען מען שאַפֿן אַ קאָנטאַקט מיטן רבין דורך בליצפּאָסט, טעלעפֿאָן אָדער אינטערנעץ. אָבער ניט װײניקער װיכטיק איז דער אוראַלטער װעג פֿון קאָמוניקאַציע דורך חלומות. דעם רבינס ניסים זײַנען ניט קײן זעלטנקײט, זײ טרעפֿן זיך ממש יעדע פּאָר מינוט אַרום דער גאַנצער װעלט. מען קען זיך דערװיסן װעגן די נײַסטע נסים פֿון די משיחיסטישע צײַטונגען אױף העברעיִש און ענגליש.

די פּראַקטיק פֿון פֿרעגן און בעטן בײַם רבין איז ספּעציעל פּאָפּולער בײַ די אָרעמע לײַט אין קלײנע ישׂראלדיקע שטעט. פֿאַר דעם האָט חב”ד געעפֿנט ספּעציעלע צענטערס אין בת־ים, אַפֿולה, נצרת־עילית און אַנדערע ערטער. די משיחיסטישע שיטה פֿון חב”ד ציט צו אַ סך בעלי־תּשובֿה, און אַ היפּשע צאָל פֿון זײ זײַנען „מיזרחים‟, פֿון אַראַביש־רעדנדיקע לענדער. עס איז אָבער שװער צו ציִען אַ קלאָרע גרענעץ צװישן די משיחיסטן און די איבעריקע חב”דניקעס, שרײַבט בילו. ער דערקלערט, אַז דער איצטיקער אױפֿקום פֿון משיחיזם פּאַסט זיך גוט אַרײַן אין דעם טעאָלאָגישן גערעם פֿון חב”ד, אין דער אײגנאַרטיקער דיִאַלעקטישער באַציִונג צװישן גשמיות און רוחניות. פֿון אײן זײַט האָט די מאַטעריעלע װירקלעכקײט ניט קײן ממשות, להיפּוך צו דער אמתדיקער װעלט פֿון רוחניות. פֿון דער אַנדערער זײַט זײַנען די חב”דניקעס זײער פּראַקטישע מענטשן, גוט באַהאַװנט אין דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע, געשעפֿטן, קולטור און פּאָליטיק. אין ישׂראל האָבן זײ געשאַפֿן זומער־קעמפּס פֿאַר ייִנגלעך, װאָס מאַכן נאָך די מיליטערישע קולטור פֿון צה”ל. די באַציִונג פֿון חב”ד לגבי ציוניזם האָט זיך לגמרי געביטן נאָכן אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל. דער זעקסטער רבי, ר’ יוסף־יצחק, איז געװען אַ קעגנער פֿונעם ציוניסטישן פּראָיעקט, אָבער הײַנט שטײט חב”ד פֿעסט אױפֿן נאַציאָנאַליסטישן רעכטן פֿליגל פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק.

ניסים און מיסטישע װיזיעס טרעפֿן זיך אַװדאי אין פֿאַרשידענע אמונות, בפֿרט אין קריסטנטום. אָבער עס איז דאָ אַ װיכטיקער אונטערשיד צװישן חב”ד און קריסטנטום. בעת די קריסטלעכע הײליקע דערשײַנען זיך װי רײן גײַסטלעכע געשטאַלטן פֿונעם עולם־הבא, באַװײַזט זיך דער רבי כּלומרשט אין גוף. די משיחיסטישע חב”דניקעס גלױבן, אַז ער לעבט נאָך אַלץ אינעם עולם־הזה, אין זײַן שטוב אױף 770 איסטערן פּאַרקװײ, אין ברוקלין. צומאָל לאָזט זיך זײַן געשטאַלט אַפֿילו דערקענען אױף אײניקע פֿאָטאָגראַפֿיעס און װידעאָ־רעקאָרדירונגען. להיפּוך צו קריסטנטום, איז גשמיות בײַ חב”ד ניט אָפּגעטײלט פֿון רוחניות.

Image by Stanford University Press

דער רבי געפֿינט זיך ניט נאָר צװישן אונדז אין דער װעלט, נאָר ער שפּילט דאָ די צענטראַלע ראָלע. ער האָט שליטה איבער דער נאַטור און מענטשן, קען אָפּשטעלן אַ שטורעם־װינט אין פֿלאָרידע און קאַליע מאַכן אַ נײַעם שלום־פּלאַן צװישן ישׂראל און די אַראַבער. אַלץ װאָס קומט פֿאָר אין דער װעלט האָט אַ זין װי אַ סימן פֿונעם קומעדיקן ביאת־המשיח. דער רבי ברענגט אַרײַן סדר, װױלזײַן און שלום אין דער װעלט, אָבער ער לאָזט בשום־אופֿן ניט אָפּגעבן קײן שטח פֿון ארץ־ישׂראל. חוץ ישׂראל זײַנען פֿאַרן רבין װיכטיק צװײ אַנדערע לענדער, רוסלאַנד און פֿראַנקרײַך. דער „אַלטער רבי‟, ר’ שניאור זלמן, האָט געלעבט אין דער צײַט פֿון די נאַפּאָלעאָנישע מלחמות און האָט געשטיצט רוסלאַנד קעגן פֿראַנקרײַך. עד־היום װערט די דאָזיקע מלחמה אױסגעשפּילט דורך ייִנגלעך אינעם חב”ד־קעמפּ „אורו של משיח‟ (דעם משיח’ס ליכט), און דער בעל־נצחון אין דער דאָזיקער מלחמה צװישן רוסלאַנד און פֿראַנקרײַך איז דער רבי!

בילו דערקלערט דעם דערפֿאָלג און די פּאָפּולערקײט פֿון חב”ד דורך צװײ סיבות. ערשטנס, איז דער גלױבן אין דעם רבין „מלך המשיח‟ אָפּטימיסטיש. די משיחיסטישע װיזיע פֿון דער צוקונפֿט האָט ניט קײן שרעקלעכע חורבנות װאָס זאָלן פֿאָרקומען אײדער דער משיח װעט קומען. דער רבי האַלט זײַן אױג אױף יעדן פּרט און זאָרגט זיך פֿאַרן װױלזײַן פֿון אַלעמען. צװײטנס איז חב”ד בטבֿע דעמאָקראַטיש און פֿרײַנדלעך. יעדער אײנער, אַפֿילו ניט קײן ייִד, קען באַקומען אַן עצה פֿונעם רבין, אַבי מען גלױבט. נאָך דעם װי דער רבי האָט פֿאַרלאָזט די װעלט פֿון גשמיות, איז ער געװאָרן נאָך נענטער צו אַלעמען. בילו איז גאַנץ סימפּאַטעטיש צו חב”ד װי די סאַמע אַקטיװע פֿאָרם פֿון ייִדישער רעליגיעזער פּראַקטיק הײַנט.

אָבער צום שלוס פֿון זײַן גרונדיקער פֿאָרשונג װאָרנט בילו, אַז די צוקונפֿט פֿון חב”ד איז װײַט ניט קלאָר. דערװײַל זײַנען די אָנפֿירער אין אַמעריקע און ישׂראל נאָך ביכולת אונטערצוהאַלטן די אײניקײט פֿון דער באַװעגונג, אָבער די אינעװײניקע שפּאַלטונגען צװישן די ראַדיקאַלע משיחיסטן און מער אײַנגעהאַלטענע חסידים װערן טיפֿער. דער גרױסער דערפֿאָלג פֿון חב”ד אין משך פֿון די לעצטע זיבעציק יאָר האָט צו טאָן מיט די דרײסטע חידושים, װאָס דער רבי ר’ מנחם מענדל האָט אַרײַנגעבראַכט אין זײער טעטיקײט. דער שטאַרקער אימפּעט, װאָס דער חב”ד האָט באַקומען אין אַמעריקע, טרײַבט די באַװעגונג װײַטער. אָבער איצט איז די באַװעגונג מער דעצענטראַליזירט. צי װעט דער „װירטועלער רבי‟ קענען װײַטער פֿירן זײַנע חסידים מיט אַזאַ פֿעסטער האַנט װי ער האָט עס געטאָן אין גוף?

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version