ווידעאָ: מיכל פֿעלזענבאַום לייענט פֿאָר זײַן ליד, ”אַ וועלפֿישער קדיש“ WATCH: Michael Felsenbaum reads his poem, ‘‘A Wolf’s Kaddish’’
דאָס ליד, וועגן דעם חודש אָבֿ, שילדערט די אַכזריותדיקע פּאָגראָמען פֿון 1648.
תּשעה־בֿאָבֿ איז אַן אָפֿטער מאָטיוו אין דער ייִדישער פּאָעזיע, אָבער ניט קיין סך לידער פֿאַרבונדן מיט אים שילדערן וועלף.
ווי אַ טייל פֿון זײַן אינטערוויו מיט קריסטאַ וויטני בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער“ האָט דער ייִדישער פּאָעט, ראָמאַניסט, דראַמאַטורג און ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט מיכאל פֿעלזענבאַום פֿאָרגעלייענט זײַן ליד „אַ וועלפֿישער קדיש“, וואָס שפּיגלט אָפּ, אויף אַ מיסטישן אופֿן, זײַנע געפֿילן לגבי דעם טרויער־טאָג.
דאָס ליד שפּיגלט אָפּ די אַכזריותדיקע פּאָגראָמען פֿון באָגדאַן כמיעלניצקי און זײַן באַנדע קאָסאַקן אין אוקראַיִנע אין 1648, אַ טראַגעדיע וואָס ווערט אין דער ייִדישער טראַדיציע אָפֿט אַסאָציִיִרט מיטן חודש אָבֿ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO