ווידעאָ: זעט אַלע קאַפּיטלען פֿון „ייִדיש יאָגע מיט ריינע“ אין איין שפּיל־רשימהWATCH: Playlist is now available for the first five episodes of “Yiddish Yoga with Reyna”
לערנט זיך אויס מער ווי 15 פּאָזעס און די בעסטע געניטונגען פֿאַרן צוגרייטן זיך אויף זיי.
במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿינף וואָכן האָט דער פֿאָרווערטס אַרויסגעלאָזט פֿינף קאַפּיטלען אין דער סעריע „ייִדיש־יאָגע מיט ריינע“.
אין די ווידעאָס לערנט די יאָגע־לערערין ריינע שעכטער מער ווי 15 פּאָזעס. ביז אַהער האָט מען שוין געזען די ווידעאָס מער ווי 24,500 מאָל אויף יוטוב און 12,700 אויף פֿייסבוק. די וואָך מאַכט מען אַ הפֿסקה צוליב תּשעה־בֿאָבֿ, איז איצט אַ גוטע געלעגנהייט ווידער צו זען די גאַנצע סעריע. מע קען געפֿינען אַלע קאַפּיטלען אויף אונדזער יוטוב־שפּיל־רשימה דאָ.
כאָטש מע קען מאַכן די יאָגע־פּאָזעס אין וואָס פֿאַר אַ סדר עס זאָל ניט זײַן, איז אפֿשר כּדאַי צו ערשט זיך אויסצולערנען אַ ריי צוגרייט־געניטונגען ווי די קאַץ־פּאָזע און די קו־פּאָזע.
פֿאַר די מער אַוואַנסירטע יאָגעיִסטן, איז אפֿשר כּדאַי אָנצוהייבן מיט דער בענקל־סעריע, וואָס איז אַ גוטער אופֿן צו אַנטוויקלען די מוסקלען אין די פֿיס און דערבײַ צו פֿאַרבעסערן דעם באַלאַנס.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO