ווי די סאָװעטישע געהײם־פּאָליצײ האָט געקעמפֿט קעגן ציוניזםHow the Soviet secret police fought against Zionism
אין די 1970ער האָט דער קאַ־גע־בע אַקטיװ רעקרוטירט ייִדן ווי אַגענטן און זיי געשיקט קײן ישׂראל און אַמעריקע װי אימיגראַנטן.
דער אױפֿקום פֿון דער ייִדישער עמיגראַציע פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין די 1970ער יאָרן האָט געפּלעפֿט די סאָװעטישע געהײם־פּאָליצײ, קאַ־גע־בע (קאָמיטעט פֿון מלוכה־זיכערהײט). ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס זײַנען געװען אַקטיװ אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין די 1920ער יאָרן, אָבער אין די 1930ער האָט מען זײ דערשטיקט לגמרי. איצט אָבער איז געקומען אַ נײַע כװאַליע פֿון ציוניסטישן אַקטיוויזם, װאָס איז געװען גאַנץ אַנדערש פֿון דעם אַמאָליקן סאָציאַליסטישן ציוניזם.
כּדי זיך פֿאַנאַנדערצולקײַבן אין דער נײַער אָנשיקעניש, האָט מען אין מאַרץ 1974 אָרגאַניזירט אַ „װיסנשאַפֿטלעך־פּראַקטישע קאָנפֿערענץ‟ אין דער הױכשול פֿונעם קאַ־גע־בע אין מאָסקװע געװידמעט דער טעמע „צעשטערערישע טעטיקײטן פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע ציוניסטישע צענטערס און פֿון דער ישׂראלדיקער אױסשפּיר־דינסט, און די פּראָבלעמען פֿונעם קאַמף קעגן זײ דורך די אָרגאַנען פֿון דער מלוכה־זיכערהײט‟. אין דער קאָנפֿערענץ האָבן זיך באַטײליקט העכער װי צװאַנציק אָפֿיצירן פֿון פֿאַרשידענע אָפּטײלונגען פֿון קאַ־גע־בע. זײערע רעפֿעראַטן זײַנען געדרוקט געװאָרן אין אַ בוך, װאָס איז אַרױס מיטן שטעמפּל „געהײם‟. ערשט לעצטנס זײַנען אַזאַ מין מאַטעריאַלן געװאָרן צוטריטלעך װען מען האָט געעפֿנט די געהײמע סאָװעטישע אַרכיװן אין די אַמאָליקע סאָװעטישע רעפּובליקן ליטע, לעטלאַנד, עסטלאַנד און אוקראַיִנע. איך בין דאַנקבאַר מײַן קאָלעגע גענאַדי עסטרײַך פֿאַר שיקן מיר אַ קאָפּיע פֿונעם דאָזיקן מערקװירדיקן בוך.
דער קאַ־גע־בע האָט באַטראַכט דעם ציוניזם װי אַן אינסטרומענט אינעם אימפּעריאַליסטישן קאַמף קעגן דעם סאָװעטן פֿאַרבאַנד. ציוניזם איז געװען ספּעציעל געפֿערלעך, װײַל ער האָט באַװירקט די שטימונגען פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער באַפֿעלקערונג. מיט דער הילף פֿון סאָװעטישע ייִדן האָבן די ציוניסטן, און דורך זײ די ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער אױסשפּיר־דינסטן, געקאָנט באַקומען צוטריט צו סאָװעטישע מיליטערישע סודות. דערפֿאַר, האָט די קאָנפֿערענץ באַשלאָסן, מוז דער קאַ־גע־בע „ניט דערלאָזן קײן שום װירקונג פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע אױף די סאָװעטישע בירגער פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם.‟ די רעפֿערענטּן האָבן אַרומגערעדט פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער ציוניסטישער טעאָריע און פּראַקטיק: די װעלט־סטרוקטור פֿון ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס, די ראָלע פֿון רעליגיע אין דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע, ציוניזם אין מיזרח־אײראָפּע וכדומה. מען האָט אױך באַקומען באַריכטן פֿון די אָרטיקע אָפּטײלן פֿונעם קאַ־גע־בע אין דער ליטע, אוקראַיִנע, מאָלדאָװע, גרוזיע, אוזבעקיסטאַן און ביראָבידזשאַן.
דאָס סאַמע אינטערעסאַנטע אינעם בוך איז דער פּראַקטישער טײל, בפֿרט די מעטאָדן פֿון רעקרוטירן געהײמע אַגענטן צװישן סאָװעטישע ייִדן. קודם־כּל, זאָגט דער רעפֿערענט, דאַרף מען נעמען אין באַטראַכט די אײגנטימלעכקײט פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער פּסיכאָלאָגיע: קעגנזײַטיקע שטיצע, אומצוטרױ צו ניט־ייִדן און צו דער סאָװעטישער מלוכה. דאָס שאַפֿט געװיסע פּראָבלעמען בײַם אַרבעטן מיט די אַגענטן פֿון דער ייִדישע באַפֿעלקערונג. צומאָל װילן זײ פֿאַרבאַהאַלטן געװיסע אינפֿאָרמאַציע פֿונעם קאַ־גע־בע װען זײ האַלטן, אַז דאָס װעט אָנטאָן שאָדן דעם ייִדישן פֿאָלק. װײַזט אױס אַז אײניקע אַגענטן האָבן געװאָלט אױסנוצן זײער דינסט פֿאַרן קאַ־גע־בע כּדי צו קריגן אַ דערלױבעניש אױף צו עמיגרירן. עס איז קלאָר פֿון די דאָזיקע דאָקומענטן, אַז דער קאַ־גע־בע האָט טאַקע אַרױסגעשיקט אַ צאָל זײערע אַגענטן מיט דער עליה קײן ישׂראל. דערבײַ האָט מען זיך באַקלאָגט, אַז עס איז געװען שװער אונטערצוהאַלטן קאָנטאַקטן מיט די אַגענטן אין אױסלאַנד, װײַל אײניקע פֿון זײ האָבן ניט געװאָלט װײַטער מיטאַרבעטן מיט דער סאָװעטישער אױסשפּיר־דינסט.
אַן אַנדער פּראָבלעם פֿאַרן קאַ־גע־בע איז געװען דאָס, װאָס אײניקע אַגענטן האָבן מגזם געװען זײער חשיבֿות. זײ האָבן פּשוט אױסגעטראַכט, אַז זײ האָבן געהאַט נאָענטע פֿאַרבינדונגען מיט אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע שפּיאָנען, כּדי צו באַקומען באַלױנונג פֿונעם קאַ־גע־בע. מען האָט דערקלערט, אַז פֿאַרן אָפֿיציר פֿון קאַ־גע־בע איז געװען זײער װיכטיק אױפֿצושטעלן „ריכטיקע‟ באַציִונגען מיט זײַנע ייִדישע אַגענטן. דער אָפֿיציר האָט בשום־אופֿן ניט געטאָרט באַלײדיקן די „נאַציאָנאַלע געפֿילן‟ פֿונעם אַגענט, ניט מבֿטל זײַן די „קולטורעלע װערטן, טראַדיציעס און מנהגים פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג‟. דער אָפֿיציר האָט געדאַרפֿט זײַן גוט באַהאַװנט אין דער ייִדישער געשיכטע און קולטור, אין דער אידעאָלאָגיע פֿון ציוניזם, װי אױך אינעם פּאָליטישן מצבֿ אינעם מיטל־מיזרח. ער האָט געדאַרפֿט לאָזן דעם אַגענט פֿילן, אַז זײַן מיטאַרבעט מיטן קאַ־גע־בע ברענגט „קאָנקרעטע נוצן‟.
דער קאַמף קעגן ציוניזם האָט גורם געװען געװיסע פּראָבלעמען פֿאַרן קאַ־גע־בע: „די ציוניסטישע עלעמענטן ניצן אױס נײַע פֿאָרמען פֿונעם פּאָליטיש־שעדלעכן כאַראַקטער‟, װאָס זײַנען ניט געװען פֿאַרװערט לױט סאָװעטישע געזעצן. ייִדן האָבן אָרגאַניזירט עפֿנטלעכע פּראָטעסטן, געשאַפֿן פֿאַרשידענע עפֿנטלעכע קאָמיטעטן פֿאַר עמיגראַציע, געלערנט עבֿרית אין פּריװאַטע אולפּנים. פֿאַר האַלטן אַן אױג אױף דער דאָזיקער טעטיקײט האָט דער קאַ־גע־בע ניט געהאַט גענוג קװאַליפֿיצירטע קאַדרען, װאָס האָבן געקענט עבֿרית און ייִדישקײט. דער סאָוועטישער געהיימדינסט האָט באַקומען נײַע פֿולמאַכטן כּדי צו פֿאַרהאַלטן די ייִדישע אַקטיװיסטן, רעגיסטרירן זײערע דאָקומענטן און געבן זײ אָפֿיציעלע „װאָרענונגען‟.
די ייִדישע אױטאָנאָמע געגנט אין ביראָבידזשאַן האָט געשפּילט אַ חשובֿע ראָלע אין דער אַנטי־ציוניסטישער פּראָפּאַגאַנדע. צוליב דעם האָט מען ספּעציעל געשטיצט די ייִדישע צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ און װערבירט אַגענטן צװישן אָרטיקע זשורנאַליסטן און ליטעראַטן. דערבײַ באַטאָנט מען, אַז דער קאַ־גע־מע מוז כּסדר האַלטן אַן אױג אױף זײערע אַגענטן פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַליסטישער סבֿיבֿה, „כּדי צײַטיק אױפֿצודעקן זײערע אידעאָלאָגישע קװענקלענישן‟.
אינטערעסאַנט, אַז דער מאָסקװער ייִדישער זשורנאַל „סאָװעטיש הײמלאַנד‟ װערט בכלל ניט דערמאָנט אינעם בוך, כאָטש צו יענער צײַט האָט דער דאָזיקער זשורנאַל געדרוקט אַ היפּשע צאָל אַנטי־ציוניסטישע און אַנטי־ישׂראלדיקע מאַטעריאַלן. אַ סבֿרא, אַז די פּאָליטישע משגיחים איבערן זשורנאַל זײַנען געװען ניט אין קאַ־גע־בע נאָר אינעם אידעאָלאָגישן אָפּטײל פֿונעם צענטראַל־קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, װאָס איז געשטאַנען העכער פֿונעם קאַ־גע־בע אין דער סאָװעטישער פּאָליטישער סיסטעם.
דער קאַ־גע־בע האָט באַטראַכט דעם אױפֿלעב פֿון דער ייִדישער אַקטיװיטעט װי אַ נײַע פּאָליטישע סכּנה פֿאַרן סאָװעטישן רעזשים און האָט געזוכט נײַע מיטלען זי צו באַקעמפֿן. אָבער אין דער צײַט פֿון „אַנטשפּאַנונג‟ (דעטאַנט) צװישן דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און די פֿאַראײניקטע שטאַטן האָט דער קאַ־גע־בע ממשיך געווען זײערע רעפּרעסיװע מיטלען. זײ האָבן געװאָלט האַלטן אַן אױג אױף סאָװעטישע ייִדן דורך זײערע אַגענטן און נוצן זײ װי שפּיאָנען אין אױסלאַנד, אָבער זײ זײַנען ניט געווען אַגרעסיװ־אַנטיסעמיטיש װי בעת סטאַלינס רדיפֿות אין 1948–1953.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO