קלעזקאַנאַדע: קאָנצערטן, ליטעראַרישע אָוונטן און נאָך אָנלײַןKlezkanada: Concerts, literary evenings and more online
צווישן זיי: אַ קאָנצערט פֿון די „קלעזמאַטיקס“, אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש וועגן יעקבֿ גלאַטשטיין און אַן עפּיזאָד „ווײַבערטײַטש“ .
להיפּוך צו דער ייִדיש־וואָך, וואָס אַנשטאָט אַן אָנגעפּאַקטער וואָך פּראָגראַמען זענען די הײַיאָריקע אַקטיוויטעטן צעטיילט אויף אַ גאַנצן זומער וועט „קלעזקאַנאַדע“ הײַיאָר פֿאָרקומען ווי אַ פֿעסטיוואַל: אַלצדינג מיט איין שאָס. אַ מעלה פֿון דער הײַיאָריקער ”קלעזקאַנאַדע“ איז דאָס וואָס מע דאַרף ניט קומען אויפֿן גאַנצן פֿעסטיוואַל כּדי צו געניסן דערפֿון: מע וועט קענען בײַזײַן אויף איין קאָנצערט, צי איין קלאַס אָדער סעריע קלאַסן, און דערבײַ באַצאָלן אַ סך ווייניקער.
„קלעזקאַנאַדע”, וואָס פּראַוועט זײַן 25סטן יובֿל, וועט פֿאָרקומען פֿון מאָנטיק, דעם 24סטן אויגוסט ביז זונטיק, דעם 30סטן אויגוסט. אַזוי ווי תּמיד, איז דער הויפּטפֿאָקוס די אינטענסיווע קלאַסן און וואַרשטאַטן פֿאַר מוזיקער און זינגער. צווישן זיי געפֿינט מען וואַרשטאַטן פֿאַר די וואָס שפּילן בלאָז־אינסטרומענטן, סטרונע־אינסטרומענטן, שלאָג־אינסטרומענטן, פֿידל, האַרמאָניקע, אַקאָרדעאָן, ווי אויך סעסיעס וואָס לערנען ווי אַזוי צו טראַנסקריבירן מוזיק, זינגען ניגונים און זינגען אַקאַפּעלאַ. מע אָרדנט אויך אײַן וואַרשטאַטן פֿאַר די וואָס ווילן זיך אויסלערנען טאַנצן אויפֿן אַלטן ייִדישן שטייגער, פֿאַרבעסערן זייער ייִדיש, אָדער קאָכן ייִדישע מאכלים און אײַנזוײַערן אוגערקעס צי זיסן פֿעפֿער. די גאַנצע פּראָגראַם קען מען זען דאָ אָנלײַן.
אַחוץ די וואַרשטאַטן וועלן פֿאָרקומען צענדליקער קאָנצערטן און איינמאָליקע קלאַסן, סײַ בשעתן טאָג, סײַ אין אָוונט. אָט איז אַן אויסקלײַב פֿון פֿינף סעסיעס וואָס וועלן אפֿשר פֿאַראינטערעסירן די פֿאָרווערטס־לייענער:
קאָנצערט פֿון דזשאַש דאָלגין
דער זינגער, ראַפּער און קונצנמאַכער דזשאַש דאָלגין וועט זינגען לידער פֿון זײַן אַלבאָם „די פֿראָש“, באַגלייט פֿון אַ סטרונע־אַנסאַמבל. מאָנטיק, דעם 24סטן אויגוסט, 8:30 אין אָוונט.
קאָנצערט פֿון די „קלעזמאַטיקס“
די וועלט־באַרימטע קלעזמער־קאַפּעליע וועט אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט לכּבֿוד 25 יאָר „קלעזקאַנאַדע“. מיטוואָך, דעם 26סטן אויגוסט, 8:30 אין אָוונט.
”ווײַבערטײַטש“־פּאָדקאַסט דירעקט פֿון „קלעזקאַנאַדע“
דאָנערשטיק, דעם 27סטן אויגוסט, 11:15 אין דער פֿרי. (סאָסיע פֿאָקס).
„שטילער אָוונט“ — לידער און געזאַנג לזכר פּסח פֿישמאַן
הײַיאָר מערקט מען אָפּ צען יאָר זינט עס איז אַוועק דער ייִדיש־לערער פּסח פֿישמאַן. קאָליע באָראָדולין און אַנדערע געוועזענע קאָלעגן און חבֿרים פֿונעם פּאָפּולערן לערער וועלן פֿאָרלייענען לידער און זינגען אויף אַ פּראָגראַם לזכר זײַן אָנדענק. דאָנערשטיק, דעם 27סטן אויגוסט, 10 אַ זייגער בײַ נאַכט].
רעפֿעראַט אויף ייִדיש אין אָנדענק פֿון שׂרה ראָזענפֿעלד, „יעקבֿ גלאַטשטיין — פֿון מאָדערניסטישן רעבעל ביז אָבֿל אויפֿן חורבן“
פֿרײַטיק, דעם 28סטן אויגוסט, 9:30 אין דער פֿרי (ד׳׳ר יודזשין אָרנשטיין)
אַן אַבאָנאָמענט אויף דער גאַנצער פּראָגראַם קאָסט $500. אויף בלויז איין טאָג: $145. די וואָס ווילן בלויז זען די אַכט קאָנצערטן אין אָוונט קענען קויפֿן אַן אַבאָנאָמענט בלויז אויף זיי פֿאַר $175. מע קען אויך קויפֿן בילעטן אויף איין קאָנצערט פֿאַר $25; איין קלאַס פֿאַר $20 אָדער איין פֿיר־טאָגיקן וואַרשטאַט פֿאַר $70.
כּדי זיך צו רעגיסטרירן, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO